top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי פנה יום: האד' מוויזניץ מאנטריאל אפגעשטעלט דאווענען מנחה אין חב"ד צענטער אין וואשינגטאן די סי

זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארגאגנענע וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א אפגעשטעלט דאווענען מנחה אינעם בית חב"ד אין וואשינגטאן, עת כי פנה יום, זייענדיג על אם הדרך אויפ'ן וועג קיין באלטימאר.


מיטוואך נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אין וואשינגטאן נישט ווייט פון באלטימאר מערילענד וואו דער רבי האט געוויילט איבער שבת, און ווען ס'איז געקומען נענטער צום שקיעה, און מ'האט געזען אז מ'וועט בשום אופן נישט קענען אנקומען קיין באלטימאר צו קענען דאווענען מנחה מבעוד יום - בעפאר די שקיעה וואו עס איז געוועהן דער קפידא אין וויזניץ, האבן זיך די משמשים בקודש פארבינדן מיט הרב לוי שם טוב, הויפט שליח חב"ד אין וואשינגטאן די סי, און געבעטן צו אראנזשירן א מנין צו מנחה. דער רבי איז טאקע אנגעקומען הארט פארן שקיעה וואו עס האבן מיטגעדאווענט עטליכע מתפללים מתושבי המקום וואס האבן נאכנישט געדאווענט מנחה און נאך עטליכע אידן, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מזידישטוב באלטימאר שליט"א וואס זענען אין איילעניש געקומען צו פארן פון באלטימאר משלים צו זיין מנין.


נאך מנחה האט דער חב"ד שליח האט שם טוב אריינגעברענגט לעקח און לחיים און דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט אויף א לחיים, וואו מען האט געזינגען עטליכע ניגוני בית חב"ד און פארברענגט בדברי תורה וסיפורי צדיקים.


דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א באדאנקט פאר די מתפללים און באזונדער פאר'ן חב"ד שליח, און דאן פארגעזעצט דעם וועג קיין באלטימאר.




Comentarios


bottom of page