top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער יו"ט פסח פאראיבער בחצר הקודש וויז'ניץ | ברייטע דעקונג

דינסטאג מוצאי יו"ט פסח • כ"ג ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


א הערליכע יו"ט פסח איז פאריבער אויף הונדערטער וויז'ניצער חסידים בצל הקודש פון כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אין בני ברק. תפילת מעריב ליל התקדש החג האט מען געדאווענט אין די זאלן פון היכלי מלכות בשכינות פון ביהמ"ד, נאכדעם וואס די ביהמ"ד הגדול איז שוין געווען אנגעגרייט ברוב פאר והדר צום עריכת הסדר, נאך מעריב האט די רבי משמיע געווען שיחת קודש בדברי הכנה בגודל קדושת הלילה, און מעורר געוועהן די חסידים אויסצונוצן די נאכט כדבעי, זיך אפגעבן מיט די קינדער - והגדת לבנך. דערנאך איז די רבי אריינגעקומען אין בית מדרש הגדול צום סדר אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות און נאך ספעציעל געלאדענטע געסט, ביים ענדע פונעם סדר האט מען געעפענט די טירן פאר די חסידים וועלכע זענען אריבערגעקומען מיטהלאטן טייל פון די געהויבענע נאכט.


ווי די רבי האט שוין איינגעפירט אין די פארגאנגענע יאהרן האבן אויך די בחורי החסידות געפרעגט די מה נשתנה מיט די טייטש אויף אידיש, ביי שולחן עורך האט מען מקצר געווען מיט ניגוני יו"ט כדי אנצויאגן אפיקומן פאר חצות, נאך נרצה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו"ט, מען האט פארענדיגט נאך צוויי אזייגער באנאכט.


יו"ט באטאג האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו הלל און מוסף, ביי תפילת טל ווען די רבי האט פארגעזאגט די ווערטער 'חנוניך חלץ ממסגרים' האט זיך אנגעזעהן א קענטיגע התרגשות אויפ'ן רבינס געזיכט, ווען די רבי האט אויסגעבראכן אין א געוויין, שפעטער מוצאי יום טוב נאכן זמן איז די רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש כדי די חסידים פון אנדערע שטעט זאלן קענען מיטהאלטן דעם טיש און די ערשטע ספירה בצל הקודש. ביי די דברות קודש האט די רבי דערמאנט די תפילה פון 'חנוניך חלץ ממסגרים' און געזאגט אז ער האט אינזין געהאט די פארכאפטע משכונות, וואס געפינען זיך נאך בידי זרים אין עזה, מיט א בקשה אז די באשעפער זאל זיי אויסלייזן פון זייער געפאנגעניש, נאכן טיש האט מען געדאווענט מעריב און די רבי האט פארגעזאגט די ערשטע ספירה בקול חוצב להבות אש. 























































bottom of page