top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת עלי' לתורה פון החתן בן האד' מקרעטשניף סיגוט וומסב''ג; הכנה דרבה צום חתונה הגדולה היינטיגן ג' תרומה

  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש

חסידי קרעטשניף סיגוט אין וויליאמסבורג האבן מיטגעהאלטן א דערהויבענע שבתא דריגלא, שבת של שמחה, ביים שבת עלי' לתורה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א פון וויליאמסבורג, די ערשטע שמחה אין הויף זינט דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די כתר האדמורו"ת נאכן פטירה פון מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגוט זצוק"ל.


די דערהויבענע תפלות און עריכת השולחנות איז אפגעראכטן געווארן ברוב עם אין די זאלן פון "גינת אסתר" אין וויליאמסבורג. א ריזן ציבור פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע עקן שטאט האבן געשטראמט במשך גאנץ שבת מיטצוהאלטן די דערהויבענע מאמענטן בשמחת בית צדיקים, אזוי אויך פילע געסט פון אנדערע שטעט, און געסט פון אויסלאנד וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די דערהויבענע ימי השמחה.


באזונדער האט די שבת ארויפגעברענגט גרויס רגש און בענקשאפט פון די דערהויבענע שבתים פון די ד' פרשיות, און שבתים של שמחה בחצר הקודש, בהלו נרו על ראשינו פונעם רבי'ן ז"ל דער בעל רזא דאמונה נאך וועמען מען שטייט בלויז געציילטע חדשים פון זיין הסתלקות בפתע פתאום.


איינס פון די הויכפונקטן פונעם געהויבענעם שבת איז געווען ביים עריכת שולחן הטהור ליל שב"ק, וואו האט זיך אנגעזעהן א איבערפלוס פון הונדערטער אידן פון איבעראל. די הויך שטאקיגע פארענטשעס און פילע זיץ פלעצער זענען געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, און דער טיש האט זיך פארצויגן ביז אין די פריע פארטאגס שעות, אלס מיט די הייליגע קרעטשניפער קאך און פלאם מנועם קדושת השבת.


בצפרא דשבתא איז אפגעראכטן געווארן א דערהויבענע דאווענען. א באזונדערע התעוררות האט זיך געשפירט ביים זאגן די יוצרות לשבת שקלים מיט די אויסגעווייקטע קרעטשניפער נוסח, און האט ארויפגעברענגט לעכטיגע זכרונות פון די דערהויבענע שבת שקלים ביים רבי'ן זצ"ל, וואס האט שוין נאכן זיך אריבערציען קיין ארה"ק עטליכע מאל געוויילט אויף שבת שקלים אין ניו יארק.


נאך א ווארעמע דאווענען באש להבה איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לרגל די עלי לתורה ביים רבינ'ס זון. בעת די קידושא רבא האט זיך אנגעזען א מאסן שטראם פון פילע הונדערטער אידן פון אלע עקן שטאט. באזונדער האט זיך אנגעזען פילע רבנים ופני העדה וועלכע האבן אנטייל גענומען אינעם קידושא רבא, צווישן זיי די דערהויבענע זיידעס האדמורי"ם מהאניפאלי, נדבורנא לינסק, דעם רבינ'ס ברודער'ס הרבנים הגאונים שליט"א, הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך האמונה א זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, און נאך פילע רבנים ואנשים חשובים.


עס האט נאכגעפאלגט מיט די התעוררות'דיגע סעודת רעוא דרעוין, און שמחת הפארשפיל במוצאי יום גילה. אצינד גרייט מען זיך צו די דערהויבענע שמחת החתונה וואס קומט פאר מארגן דינסטאג אין שטאט מאנסי, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן מיטהאלטן די הייליגע שעות ווען די אבות הקדושים קומען אראפ מגנזי מרומים בשמחת צאצאיהם, בגלל אבות תושיע בנים ותביא גאולה לבני בניהם.


די קבלת פנים הייבט זיך אן אין א פריע שעה בשעה 4:30 און די חופה בשעה 5:30 מבעוד יום. ביי די סעודת החתונה וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים ומשתתפי השמחה צו וואונטשן פערזענליך ברכת מזל טוב פארן רבי'ן שליט''א און די חשובע מחותנים און זיידעס הרבנים והאדמורי''ם שליט''א. דער קלימאקס וועט זיין ביי די פייערליכער מצוה טאנץ ווען דער רבי שליט''א וועט אפרעכטן די עבודת הריקודין לפני הכלה בשמחה עילאה. לרגל די חתונה וועט ערשיינען די לאנג ערווארטעטע ספר "צהר העבודה" שיעורי תניא פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצוק''ל, פרי עמלו געשריבן דורכן חתן הרב יקותיאל יהודה שליט''א.


שבת שבע ברכות וועט פארקומען אין די שטאט מאנסי ווי עס וואוינט דער חשובער מחותן הרה"צ רבי איתמר רוזנבוים שליט"א. און במשך די שבעת ימי המשתה וועט אפגעראכטן ווערן פילע שבע ברכות, ווי די בני המשפחה און חסידים פון אלע צדדים וועלן זיך מיטפרייען אין די ימי השמחה בחצרות הקודש. מאנטאג בייטאג וועט זיין די לעצטע שבע ברכות ווי דער רבי שליט''א וועט טאנצן מצוה טאנץ כנהוג און מיט דעם וועט זיך שליסן די גרויסע שמחה וואס וועט איבערלאזן פאר יעדעם איינעם גרויסע השפעות לרוב.



bottom of page