האד' מקרעטשניף סיגעט באזוכט אין ניו יארק | חלק א'
דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:JDN
תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט ברחבי ניו יארק האבן אין די טעג מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף אן ערשטמאליגן באזוך על אדמת ניו יארק נאכ'ן איבערנעמען דעם כתר האדמו"רות למלאות מקום אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, וואס דער ציבור חסידים אין ניו יארק האט זיך פיל מסתופף געווען בצל קדשו, בפרט אין די יארן ווען דער רבי ז"ל האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, און אויך שפעטער, ווען דער רבי פלעגט אפט ארויסקומען קיין ניו יארק באזוכן די חסידים, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו.
דאנערשטאג בראשית האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אין די קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק, וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך א שיינעם ציבור חסידים און אוהדים. דער רבי איז אריינגעפארן קיין קרית יואל וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די ערשטע וואך פונעם באזוכט.
שבת פרשת נח האט דער רבי שליט"א געפראוועט אין טשעסטער בגלילות קרית יואל. אין די טעג נאך שבת האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לעצה ותושיה, און איז ארומגעגאנגען לבתי נדיבים בעם לטובת מוסדותיו הקדושים.
באזונדער האט דער רבי באזוכט ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ביי די פעטערס האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא, האדמו"ר מתפארת יחזקאל און ביי מחותנו הרה"צ רבי יוסף דוב לאנדא שליט"א אבד"ק זלאטשוב קרית יואל.
דורכאויס די וואך האלט זיך דער רבי שליט''א אויף אין שטאט לעיקוואד, און דעם קומענדיגן שבת, פרשת לך לך, וועט דער רבי שליט"א פראווען אויף א גרויסן פארנעם אין דער שטאט מאנסי.





















תגובות