מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בלום
דער שבת של שמחה וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געפראוועט דער וואך שבת אינעם נייעם חסידישן יישוב אין יוניאן ניו גערזי וועט בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער אויף שטענדיג א שבת מעין עולם הבא וואס איז געוועהן א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש והתרגשות דקדושה.
א יום טוב'דיגע שטימונג האט זיך געשפירט ביי די פילע תושבים אין שטאט האבנדיג די זכיה אז די רועה נאמן די רבי שליט"א איז אנגעקומען לעשות את השבת - א שבת של שמחה - בקרב תלמידיו וחסידיו, לרגל די שבת אויפרוף פון אן אייניקל א זון ביי חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א וואס שטייט בראש פון די קהלה און מוסדות אין שטאט.
עס האט זיך אנגעזעהן במשך דעם שבת א ריזן ציבור תושבי העיר וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת בצל הקודש און אויך די פילע קרובי המשפחות און חשובי וזקני העדה, לכבוד דעם שבת האט די בארימטער 'רענטאסטיק' פירמע אויפגעשטעלט א גרויסער שאטער ברחובה של עיר וועלכע איז אויסגעשטאט געווארן מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים און געסט.
Comments