top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררת שמחה • חסידים ואנשי מעשה פרייען זיך מיט ביי פרישע שמחת נישואין פון נכד האד' מבאבוב-45

זונטאג פ' תזריע • כ"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


בשמחה ובצהלה איז אפגעראכטן געווארן די דערהויבענע שמחה בחצר הקודש באבוב 45, די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' יחזקאל אונגער שליט"א , איידעם ביי הגה"צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב ביהמ"ד קדושת יו"ט סאטמאר ב"פ, זון פון הגה"צ אב"ד זאלישא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' משה שמעון וואזנער שליט"א אב"ד שאטו פארק לעיקוואד, זון פון כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סאדאוונא זצ"ל.


ביים מעמד החופה תחת כיפת השמים איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די עלטער זיידע הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש אדמו"ר משאץ, הרה"ח ר’ חנוך סגל ראש הקהל באבוב 45 בארה"ק און הרב דוד ווייס מנהל כיתה מכינה לישיבה זענען נתכבד געווארן אלס עידי קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס הגה"צ אב"ד זאלישא און אב"ד קדושת יו"ט, די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר משבט הלוי אב"ד סאבאלאוו און אב"ד גראסווארדיין און די רבי שליט"א איז נתכבד געווארן מיט ברכה אחריתא. נאכן חופה האט די רבי שליט"א אנגעוונטשן מברכת קדשו און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. ביים חופה האט זיך אנגעזעהן די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמאסטריווקא שליט"א וואס איז נאך אין יאהר נאך די פטירה פון זיין פאטער הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.


נאך א קורצע הפסקה איז די רבי שליט"א ערשינען צו די סעודת החתונה וואס איז פארגעקומען אין ביהמ”ד הגדול, די רבי שליט"א האט געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט די חתן און די מחותנים און מיט די פעטער האדמו"ר משבט הלוי שליט"א, באזונדער איז די רבי ארויס אין א ריקוד מיט ידיד נפשו וש"ב כ"ק אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א, און איהם געוויזן די נייע ספר 'מלך במסיבו' איבער חודש ניסן בצילו פונעם קדושת ציון זי"ע וואס איז ערשינען לכבוד די שמחה.


דורכאויס די שמחת החתונה האבן מפאר געוועהן די שמחה, האדמו"רים והרבנים מאלכסנדר, אונגוואר, צאנז גריבוב, פאפא ב"פ, זלאטשוב סטאניסלאוו, קשאנוב, צעצישינוב, לינסק, ראדאמישלא, סאכאטשוב, שעניצא, קלעסאן, נאסויד, וואלאווע, טאמשוב, קאריץ, קאמינקא, סאדאוונא, ברעזאן,  אב"ד סאטמאר 15 עוו, אב''ד בית אברהם פלעטבוש, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין נאך פילע רבנים ואנשי שם.


ביי די ריקודין האט ארויסגעשאנט ווען די מחותן הרה"צ ר' יחזקאל אונגער שליט"א ראש וועד קרן הבנין האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד הגדול והחדש, דאן איז פארגעקומען די מארש כנהוג אין באבוב דורך די תלמידים פון כיתה ט' ווי די מחותן הרה"צ ר' יחזקאל שליט"א דינט אלס מגיד שיעור און משפיע.


בדחנא דמלכא הרה"ח ר' צבי אריה ריינהאלד האט אויפגערופן דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי חרוזין, און די רבי האט מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב יוסף שלאף פון ירושלים צו פארזינגען די ניגון פון די הייליגע ר' מיכלע מזלאטשוב זי"ע וואס מען האט געזינגען מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט די רבי שליט"א געטרינקען לחיים - משמיע געוועהן דברות קודש און דערנאך ארויס אין א דערהויבענע ריקוד לפני הכלה באש קודש. דערנאך איז די רבי געטאנצן מיט די חתן און די מחותנים, דערנאך מיט גיסו אבד"ק באבוב 45 שליט"א, דערנאך מיט די גאנצע משפחת המלוכה, דערנאך זענען אריין אינעם רינג אלע געסט וואס זענען געקומען צופארן פון אויסלאנד צו די שמחה, דערנאך האבן די זיידעס און מחותנים און די פעטער האדמו"ר משבט הלוי ממשיך געווען מיט די מצוה טענץ. די שמחה האט זיך געשלאסן מיט די ניגון אין כאלוקינו כנהוג.











































bottom of page