הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא באזוכט אין ישיבת "מאור יוסף" אין שיכון סקווירא
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך דאנערשטאג ט' אדר אין טאג פון די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה מחברתו הטהורה פון יבלחט"א כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, האבן די תלמידי ישיבה "מאור יוסף" אין שיכון סקווירא געדאווענט תפלת מנחה צוזאמען מיט הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א וועלכער האט יורד געווען לפני התיבה. פאר און נאכ'ן דאַַווענען האט ער געמאכט די סיומי ששה סדרי משנה, און דערנאך משמיע געווען א לענגערן שמועס בדברי חיזוק והדרכה ובפרט לקראת ימי הפורים, ווען דערביי האט ער מעלה געווען זכרונה של אמו ע"ה. דערנאך האט ער פארטיילט "המן טאשן" פאר די תלמידים.


















תגובות