בני ברק: גרויסער רבישע חתונה פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל
- 9 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד האבן די וואך מיטגעהאלטן די שיינע קייט פון ימי השמחה ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל בעל ביכורי חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' שמעון דוד משה קעניג שליט"א פון קרית צאנז, די שמחה איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאל אין בני ברק, זייענדיג א מחזה הוד וואו כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א וועלכער האט זעלבסט חתונה געהאט א קארגע צוויי יאר צוריק איז געשטאנען בראש פון די גאנצע חתונה מבואו ועד צאתו, אלס דער עומד מצד החתן.
ביים מעמד החופה האט אונטערגעפירט מצד החתן הנגיד החסיד ר' אברהם מענדלאוויטש פון ניו יארק, פון די מקורבים אין די זמיגראדער הויף. דער רבי שליט"א האט מסדר געווען חופה וקידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ רבי סיני הלברשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג', מיט די ברכות האט מען מכבד געווען האדמור"ים מגארליץ, ביטשקוב, און נאך קרובי המשפחה, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה מהחל ועד כלה.
נאכן חופה האט דער רבי שליט"א געוואונטשן אלע משתתפים ביי די שמחה און דאן מכבד געווען האדמו"ר מסטראפקוב איבערצוגעבן ברכת קדשו אין דעם געהויבענעם זמן ווען די אבות הקדושים קומען אראפ מיטצוהאלטן די שמחה.
די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט ברוב פאר והדר, במשך די שמחה האבן באשיינט מערערע אדמור"ים ורבנים, צווישן זיי האדמור"ים ממאחנובקא בעלזא, פיטסבורג, קוידינוב, טעמישוואר, בוטושאן, ספינקא בני ברק, דעעש ירושלים, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר בן האדמו"ר מגור, הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם אבד"ק צאנז ארה"ב, הגאון חכם ניסים בן שמעון און נאך פיל.
צום מצוה טאנץ האט מען צוערשט אויפגערופן כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, דערנאך דער ברודער כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א א קרוב מצד החתן און דערנאך די איבעריגע מחותנים און קרובים פון ביידע צדדים.

































































































































תגובות