top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף י-ם באשיינט זעלטענע חגיגת סיום הש"ס דורך הב' יהודה אריה כהן מחשובי בחורי החסידות

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 30 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 5 באוג׳

דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק וואו דער רבי האט באשיינט די זעלטענע חגיגה, א סיום הש"ס דורך איינע פון די בחורי החסידות הבה"ח יהודה אריה כהן ני"ו פון די חשובע תלמידים אין די באבובער ישיבה עץ חיים אין בני ברק, וואס האט מיט גרויס יגיעה מסיים געווען גאנץ ש"ס לשם ולתפארה, לעילוי נשמתו פון זיין אומפארגעסליכן פאטער הרה"ח ר' יוסף כהן ע"ה מחשובי חסידי קרעטשניף אינעם שטעטל קוממיות. דער רבי האט זיך ספציעלע מטריח געווען בטיטולא דגברא רבא און איז ארויסגעקומען קיין בני ברק לשמוח בשמחת התורה און זיך מיטפרייען ביים חגיגת 'סיום הש"ס'.


דער רבי שליט"א איז פארבעטן געווארן דורך הגאון ר' מאיר לוריא ראש ישיבת באבוב צו משמיע זיין דברי ברכה לכבוד המאורע, און האט מאריך געוועהן איבער די חשיבות מסיים צו זיין ש"ס און בפרט ביים דעם סיום, וואו דער מסיים האט זיך געלאזט פארהערן גמרא רש"י תוס' אין אלע מסכתות הש"ס, בכתב ובעל פה.


די רבי האט דערנאך מעלה געוועהן זכרונו פון זיין חשובן טאטן הרה"ח ר' יוסף כהן ע"ה, וואס דער סיום איז געווידמעט לעילוי נשמתו, און איז זיכער א נייחא לנשמתו בגנזי מרובים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, דער אויבן אן, מיטן חתן תורה, און אלע משתתפים, תלמידי הישיבה, קרובי המשפחה און גוטע פריינד.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


תגובות


bottom of page