זונטאג פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער איז אויפגענימען געווארן די בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת בלומא זעלטנרייך ע"ה אשת חבר יבדלחט''א הגה"צ רבי יצחק חיים זעלטנרייך שליט''א אב"ד טשאקאווא קערעסטיר וואס איז דעם שבת נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן אין זיבעציג יאהר. די רעבעצען ע''ה איז געוועהן א טאכטער פון הגה"צ רבי ישכר בעריש רובין זצ"ל אדמו"ר מקערעסטיר זון פון הגה"ק רבי מאיר יוסף רובין זצ''ל מקערעסטיר חתנו ממלא מקומו פון הרה"ק רבי אברהם שטיינער זי''ע מקערעסטיר בנו ממלא מקומו פונעם מופת הדור הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע
די לוי' איז ארויס נעכטן מוצאי שבת פון ביהמ''ד קערעסטיר אין בארא פארק, וואו א גרויסער ציבור האט זיך פארזאמלט אפצוגעבן דעם כבוד האחרון, בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן אדמור''ים ורבנים חשובים צווישן זיי: האדמורי"ם מבאבוב, ספינקא, אלכסנדר, אין נאך.
עס האבן מספיד געווען בעלה הגדול הגה''צ אב''ד טשאקאווא קערעסטיר שליט''א וואס האט בקול בוכים מאריך געווען איבער די גרויסע אבידה שאין לה תמורה, דערנאך האבן מספיד געווען די שוואגער הגה"צ אב"ד פאלטישאן בענזענהירסט שליט''א, בנה הגדול הרה"צ ר' מאיר יוסף זעלטענטרייך און בנה הרה"ג ר' פינחס זעלטענרייך ר"מ בישיבת קאשוי. נאך די הספדים איז די לוי' ארויס אויפן וועג קיין ניו דזשערזי וואו די חשובע נפטרת איז געקומען לקבורה אויפן באבובער חלקה.
ת.נ.צ.ב.ה.
Comments