top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הקמת המציבה על קברה פון הרבנית מרת כץ ע"ה מריסקעווע לעצט-פארבליבענע איר אייניקל פון הגה"ק מצאנז זיע"א

מאנטאג וירא • י' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען די מעמד הקמת המציבה על קברה פון הרבנית הצדקנית בת קדושים מרת סימא כץ ע"ה אלמנת הגה"צ רבי יוסף כץ זצ"ל מריסקאווא, די לעצט פארבליבענע רעכטע איר אייניקל פונעם רבן של ישראל הרה"ק בעל 'דברי חיים' מצאנז זי"ע, וועלכע האט זוכה געוועהן צו אן אויסטערלישע אריכות ימים און איז נפטר געווארן געווארן דעם הושענה רבא אין טיפן עלטער פון הונדערט און איין יאהר.


די מעמד איז פארגעקומען במנוחת כבודה אויפן בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר אין שטאט קרית יואל, וואו עס איז אפגעהאלטן הספדים, נאכדעם וואס מען האט נישט געקענט מספד זיין לפי כבודה מפני קדושת החג, מען האט פארגעליינט די נוסח המציבה כנהוג, און דערנאך האט בנה הגה"צ ר' שלום אליעזר כץ דומ"ץ כונת הלב פארגעלערנט משניות. עס זענען געהערט געווארן הספדים פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און די קרובי המשפחה, ש"ב הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק דזשיבוי מאנטריאל שליט"א, בנה הגה"צ רבי זושא כץ אב"ד ראצפערט, חתנה הגה"צ אבד"ק סאדוואנא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מראצפערט בראזיל שליט"א א פלומעניק פונעם נפטרת.


Comments


bottom of page