top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שר וגדול נפל בישראל: זקן המקובלים הגה"צ רבי דוד בצרי זצוק"ל נסתלק געווארן אין עלטער פון 85 יאר

לפני 4 שעות
זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג ערב יום טוב סוכות • י''ד תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די פרימארגן שעות פון היינט ערב חג הסוכות האט זיך פארשפרייט די שווערע בשורה איבער די הסתלקות פון דעם זקן המקובלים, הגאון הצדיק רבי דוד שלום בצרי זצוק"ל, ראש ישיבת המקובלים "השלום" אין ירושלים, זייענדיג אלט 85 יאר.

דער מקובל וועלכער איז שוין א תקופה נישט בקו הבריאות, איז היינט אינדערפרי פלוצלינג צוזאמגעפאלן אין זיין שטוב אין בני ברק, וואו ער האט געוואוינט אין די לעצטע יארן. די הצלה וועלכע זענען אין איילעניש אנגעקומען צום ארט האבן א לענגערע צייט געפרואווט צוריקצוברענגען דעם מקובל, און ער איז אפגעפירט געווארן צו די תל השומר שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד. ליידער איז אבער נגזרה הגזרה, און ער האט צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה, צום טיפן צער פון זיינע טויזנטער תלמידים, מוקירי זכרו און גאנץ כלל ישראל.

טראץ די כסדר'דיגע עליות און ירידות אין זיין מצב הבריאות איז דער מקובל אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש במסירות נפש ביז זיינע לעצטע רגעים, מרביץ תורה געווען בתורת הנסתר, מעמיד געווען תלמידים, עוסק געווען אין תיקונים און געטון פארן כלל.

די מסע הלוויה וועט פארקומען היינט, פרייטאג ערב סוכות, אום 2:00 נאכמיטאג, פון ישיבת המקובלים "השלום" אויף רחוב תחכמוני אין ירושלים. טויזנטער מלווים, אדמור"ים, מקובלים, און ראשי ישיבות, וועלן זיך משתתף זיין ביים מסע הלוויה, אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד פאר דעם חשובן מקובל זצוק"ל, מחמת כבוד שבת ויום טוב וועלן געהערט ווערן בלויז געציילטע און קורצע הספדים, און דערנאך וועט מען באגלייטן דעם ארון צום בית עלמין סנהדריה, וואו ער וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים.

אן אויספירליכע ביאגראפיע און הערכה לפי כבודו וועט נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


תגובות


bottom of page