top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם שבע ברכות אפגעראכטן לרגל השמחה במעונו פון הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק

זונטאג פ' קרח • כ"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק איז די וואך פארגעקומען א שיינעם מסיבת שבע ברכות לרגל השמחה במעונו פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק בנישואי בנו למזל טוב, די שמחה איז פארגעקומען אין די נייע סטריקובער זאל אין שטאט מיט די השתתפות פון פילע אדמור"י ורבני העיר.


במשך די שמחה האט מען געהערט ווארימע דרשות לכבוד המאורע פונעם געהויבענעם מחותן די מרא דאתרא, פון די ספרדישע רב פון בני ברק הגאון רבי מסעוד בן שמעון שליט"א, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים, הגאון רבי יצחק שמואל שווארץ רב ביהמ"ד חיסדא און נאך. צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אנגעזעהן ביי די שמחה: האדמורי"ם ממחנובקא בעלזא - נדבורנא - סאדיגורא - שבט הלוי - סטריקוב - ביטשקוב - אנטניא - הגאון רבי שבח צבי רוזנבלט גאב"ד בני ברק - הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד ביד"ץ מחזיקי הדת - הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן - אב"ד נאראל - אב"ד מאקאווא בני ברק - הגאון רבי יצחק ישעי' ווייס גאב"ד נווה אחיעזר - הגה"צ רבי יעקב גרינוואלד חבר ביד"ץ מחזיקי הדת בעלזא - הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז ב"ב - די מעייר פון שטאט ר' חנוך זייבארט און נאך פילע רבנים עסקנים ואישי ציבור.









































Commentaires


bottom of page