top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בלב ובנפש • אש קודש ביי אלפי חסידי באבוב 45 נאך מעמד הנשגב 'לכונן' לטובת מרכז העולמי דחסידי באבוב 45

מאנטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד

היסטארישע מאמענטן איז אריבער נעכטן אויפדערנאכט אויף טויזענטער תלמידי וחסידי באבוב 45 ביים גראנדיעזן מעמד און כינוס רבתי לכונן את בית חיינו, ווען אלע חסידים מנער ועד זקן זענען זיך צוזאמגעקומען לפונדק אחד, לשמוע את דבר השם ברמה, הערן דעם חובת השעה און די צו השעה וואס ליגט אויף יעדן חסיד, על פי קריאת הקודש פונעם געטרייען מנהיג כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


די היסטארישע מעמד איז פארגעקומען אין די ריזן זאל פון תלמוד תורה בעלזא אין בארא פארק, וואס איז געווען צוגערישט אויף א מלכות'דיגע פארנעם, הונדערטער טישן אויסגעשורה'ט פאר די טויזענטער חסידים, צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש וחדוה דקדושה, כשהמלך במסיבו, כהכנה דרבה צום גרויסארטיגן מגבית העולמי לכונן את בית חיינו, אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים אדירים צו פארענדיגן דעם מאסיוון פראיעקט אהערצושטעלן מיט גרויס פראכט דעם מרכז העולמי אין צענטער פון שטאט בארא פארק.


אין א הערליכע אויסשטעל איז געווען צוגערישט א פארצימער מיט רייכע מיני מטעמים, קאלטס און ווארעמס, די ווענט זענען געווען באצירט מיט די ארגינעלע בילדער פונעם בית הגדול והקדוש, וואס האט אריינגעברענגט דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספערע.

אלס יושב ראש האט געדינט דער מייסטער אנפירער און פה מפיק מרגליות הרב החסיד ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט מיט זיין געבענטשטע שפראך און כח המושך אריינגעשלעפט יעדן איינציגער באטייליגטער אין א אנדערע וועלט, אין א וועלט פון צדקה וחסד און פעולות נשגבות, א וועלט פון זאמלען געלט לעשות רצון צדיק, א וועלט פון כיסופין און געגועים צו זעהן וואס שנעלער דעם נייעם בנין הגדול והמפואר עומד על תילו בסייעתא דשמיא.


ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע קידוש השם וואס די דאזיגע בוי פראיעקט האט שוין געברענגט אין די פארגאנגענהייט, אנגעהויבן מיט צוויי יאר צוריק ווען אלע חסידים זענען ארויס פון וועג לעשות רצון צדיק, ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 האט מחייב געווען יעדן איינעם מיט די ריזן סכום פון אכצן אלפים לטובת די קרן הבנין, און יעדער איז אקעגנגעקומען בלב שלם ובנפש חפיצה, און די גאנצע וועלט קוקט ארויס אויף די פארשריט און די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס באגלייט אויף טריט און שריט.


דאן האט גענומען דאס ווארט הרב אשר יעקב בריננער חבר וועד קרן הבנין, וועלכער האט געגעבן א דעטאלירטע באריכט פון די אנגייענדע ארבעט לנצח על מלאכת בית השם, א שיינע באריכט וואס מען האט שוין אלס דערגרייכט, ווען די גאנצע סטראקטשער שטייט שוין ב"ה, און די ארבעט רוקט זיך פאראויס מיט יעדן פארבייגייענדן טאג. אויך האט ער דערמאנט די צענדליגער מיליאנען דאללארן וועלכע זענען שוין געברענגט געווארן צום טיש, און וויפיל עס פעלט זיך נאך אויס פאר די קומענדיגע פאזע צו פארענדיגן דעם בנין הגדול והמפואר.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנכ"ל פון די פאנדרעיזינג אפיס הרב החסיד ר' בנציון יוסף ריינהאלד הי"ו, מיט א פרישע באריכט מהנעשה והנשמע בין כותלי הצדקות, די געוואלדיגע ווארעמקייט וואס הערשט ביי יעדן אין הארץ צו זעהן דעם בנין עומד על תילה אין די ערשטע געלעגנהייט, יעדער ווארט שוין זיך צו טרעפן אינעם נייעם בית המדרש, ווארטענדיג אזויפיל יארן אל המנוחה ואל הנחלה, בנפשנו הדבר צו זעהן דעם בנין געענדיגט, מ'דארף זיך נאר אביסל אנשטרענגען און צושטיין לימין הקודש אין די יעצטיגע מאמענטן.


דער מנהל ר' בנציון יוסף האט פראקלימירט די ציהל פונעם יעצטיגן קאמפיין, אז יעדער חסיד וועט שאפן לכל הפחות פינף טויזנט און פיר הונדערט דאללער, דורכ'ן ארייננעמען די חברים און גוטע פריינט אלס שותפים לדבר מצוה, און די אלע וועלכע וועלן טאקע אריינברענגען דעם אויבנדערמאנטן סכום, וועלן האבן די זכיה מיטצוהאלטן א געהויבענע שבת במחיצת הקודש, וואס דער רבי וועט פראווענען מיוחד פאר די תומכים ונדיבים פונעם יעצטיגן קאמפיין.


דאן האט אויפגעטרעטן ר' שלמה זלמן שפיטצער פון די עסקני המגבית, און מסביר געווען אלע טעכנישע דעטאלן ארום דעם קאמפיין, און דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונעם מעמד, ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט איבערגעגעבן דעם דבר השם ברמה און משמיע געווען דעם משא המעמד בחובת השעה.


דער רבי האט אנגעהויבן בשבח פון די טייערע חסידים, וואס האבן זיך שוין מוסר נפש געווען מיט דריי יאר צוריק, ווען מען האט מחייב געווען יעדן אינגערמאן מיט אכצן טויזענט דאללער, און אדאנק די געוואלדיגע מסירת נפש פון יעדן איינעם איז מען ב"ה אנגעקומען צו ווי מ'האלט היינט. דער רבי האט ערווענט די וויכטיגקייט פון פארענדיגן דעם בנין וואס שנעלער, כי הם חיינו, אוועקצושטעלן א אייגענע מקום קדוש לתורה ולתפילה, צו דינען דעם אויבערשטן מיט הרחבת הדעת סיי בימות החול און סיי ביום השבת, און כל שכן בימי חג ומועד ווען עס פעלט זיך אויס אזוי וויכטיג א אייגענע אכסניא.


דער רבי האט מאריך געווען בגודל מעלת הצדקה, דער רבי האט געזאגט אז די קומענדיגע וואך מאנטאג און דינסטאג וועט מען זיך צוזאמנעמען דא אין דעם זאל וואו מ'וועט ארבעטן אינאיינעם, אין אויך דערמאנט אז טראץ וואס מ'קען פארדינען פיל מער געלט ווען מ'גייט דורך די אינטערנעט, איז אבער נישט ווערד אז די בית המדרש זאל געבויעט ווערן אויף אזא אופן, נאר ליבערשט וועט אלעס געפירט ווערן על טהרת הקודש אן קיין שייכות צו די אינטערנעט.


צום שלוס פונעם מעמד איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי די טויזענטער חסידים שלענגלען זיך פאר לענגערע שעות איבערצוגעבן די שטרי קבלה לידיו הקדושות פונעם רבי'ן, וועלכער האט יעדן ווארעם געוואונטשן במאור פנים.

























Comments


bottom of page