top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד מן הארץ: טרויער נאך פטירה פון הגה"ח ר' יצחק יהודה ווינד זצ"ל מחשובי היושבים בחצר הקודש בעלזא

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 9 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' יתרו • י"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת: דעם פרייטאג ערב שבת האבן פילע חסידי בעלזא ובראשם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באגלייט למנוחות האי גברא רבא הגה"ח ר' יצחק יהודה ווינד זצ"ל, מראשי ישיבת המקובלים "שער השמים" און בעל מח"ס "שיח יצחק", מזקני וחשובי חסידי בעלזא בירושלים, וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 75 יאהר.


ר' יצחק יהודה איז געוועהן א זוהן פון הרה"ח המפורסם ר' הלל ווינד ז"ל, גבאי נאמן פון הרה"ק מבעלזא זי"ע. ער איז געוועהן אן אייניקל פון הגה"ק רבי פנחס עפשטיין זצ"ל ראב"ד ירושלים, ביי וועם ער האט גענאסן א קירבה יתירה בחיים חיותו. 


דער חשובע נפטר איז געוועהן א איש מורם מעם, חסיד המתחסד עם קונו, כל ימיו איז ער געזעצן באהלה של תורה, און האט לאנגע יאהרן מרביץ תורה געוועהן אלס מגיד שיעור אין די בעלזער ישיבה אין ירושלים. ער איז פלעג אסאך שעות אין טאג זיצן אין ישיבת המקובלים שער השמים אין ירושלים וואו ער האט עוסק געוועהן בתורת הנסתר, און איז געוועהן פאררעכנט פון די חשובע לומדים אינעם מתיבתא כולל וואס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט אוועקגעשטעלט בביתו נאווה קודש פאר די יושבים, אויפן אמאליגן שטייגער וואו עס איז געוועהן אין בעלזא אינדערהיים. יעדן טאג פלעג ער פארן צום קבר רחל אמנו וואו ער האט פארברענגט שעות ארוכות בתורה ועבודה.


ער לאזט איבער א חשובן דור, קינדער און אייניקלעך זרע ברך השם, אריינגערעכנט זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א. צווישן זיינע ברודער זענען צוויי חשובע פערזענליכקייטן אין די בעלזער הויף דער דיין הגאון רבי אליהו שמואל ווינד דומ"ץ בעלזא, און דער לעגענדארע משמש בקודש הרה"ח ר' אליעזר ווינד הי"ו.


די לוי' איז ארויס פונעם בית הלוויות סנהדריה אין ירושלים און איז דורך ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, אויפן וועג צום חלקת 'קהל מחזיקי הדת' אויפן הר המנוחות וואו ער איז געקומען למנוחה נכונה.


ת.נ.צ.ב.ה.



Comments


bottom of page