top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבערראשנדע מעמד התחלת כתיבת ספר התורה דורך עדת חסידי זוועהיל לכבודו פון האד' מזוועהיל און לזכרם פון די רועי החסידות

  • 13 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

תלמידי וחסידי זוועהיל זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם געהויבענעם מעמד "התחלת כתיבת ספר תורה", ווען די חסידים האבן אונטערגענומען דעם איבערראשנדע פראיעקט, צו לאזן שרייבן א נייע מהודר'דיגע ספר תורה וואס ווערט געשריבן לזכרם פון צדיקי בית זוועהיל, און ווערט איבערגעגעבן ווערן אלס א "מנחת אהבה" פארן ממשיך שלשלת הקודש דעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א.


נעכטן אויפדערנאכט ליל כ"ו אייר יסוד שביסוד איז מען זיך צוזאמגעקומען כל קהלא קדישא אינעם גרויסן זוועהילער בית המדרש אין די בית ישראל געגנט צום עריכת שולחן הטהור לרגל די הילולא קדישא פונעם צדיק יסוד עולם הרה"ק רבי שלומה'קע מזוועהיל זי"ע, וואו עס האט זיך אנטפלעקט א ריזן שילד וואס מעלדט איבער די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה.


אנהייב פונעם טיש האט מען האט געהערט א פייערדיגע דרשה פון הגאון הגדול רבי מיכל זילבר שליט"א ראש ישיבת זוועהיל וועלכער האט מרחיב געווען בשגב קדושתו פונעם בעל ההילולא. 


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט מיט א קול נרגש ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען מנציח זיין די הייליגע אבות הלא המה די שרפי מעלה הרה"ק רבי שלמה'קע און בנו הרה"ק רבי גדליה משה מזוועהיל זי"ע, שטייענדיג שוין אזויפיל יארן נאך זייער הסתלקות איז מען זוכה צו שרייבן א ספר תורה לכבודם ולזכרם, און באזונדער ארויסגעברענגט זיינע געפילן צו האבן די זכיה מקיים זיין די מצווה פון "ועתה כתבו לכם" בהידור רב, און הזמן גרמא שטייענדיג אין די ימי הספירה זייענדיג א פאסיגע הכנה לקבלת התורה.


דער רבי האט אויך ארומגערעט איבער משאת נפשו און צוואתו פונעם הייליגן בעל ההילולא וואס איז געווען די זוועהילער ישיבה וואס ער האט אויפגעשטעלט, און אנגעוואנטשן די אלע משתפפים, הן די לומדי התורה, און הן די מחזיקי התורה מיט פיל ברכות בזכותו של אותו צדיק.


דער קלימאקס פונעם מעמד איז געווען ווען מען האט זיך אנגעהויבן גרייטן צו שרייבן די ערשטע אותיות אינעם נייעם ספר תורה. מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, בפרט דעם הייליגן ניגון התעוררות רחמים רבים פונעם הייליגן זלאטשובער מגיד זי"ע ראש השלשלת, און דאן האט דער רבי שליט"א מיט א חרדת קודש אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם נייעם ספר תורה, און נאכדעם מכבד געווען די חשובע רבנים און בני המשפחה, צווישן זיי דער ראש ישיבה הגאון רבי מיכל זילבער שליט"א, דעם רבינ'ס עלטער פעטער הרה"צ רבי ישראל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, די פעטער'ס כ"ק גאב"ד זוועהיל שליט"א, הרה"צ רבי שאול גאלדמאן, און הרה"צ רבי שלמה האפשטיין, דעם רבינ'ס ברודער הרה"צ רבי יעקב לייב גאלדמאן שליט''א רב ביהמ"ד זוועהיל אין בני ברק, און דער עמוד התווך פון די מוסדות הרה"ח ר' יחיאל פישל דייטש הי"ו וועלכער האט גענומען אויף זיך דעם חלק הארי פון די ספר תורה.


תיכף נאכדעם האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ "שישו ושמחו בשמחת תורה", און דער רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד המאורע, ביים ענדע פונעם טיש איז געקומען זיך משתתף זיין דעם רבינס פעטער כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א. 


נאך ברכת המזון זענען די חסידים אריבער איינציגווייז אל מול פני הקודש באקומען כוס של ברכה פונעם רבי'ן שליט"א, און נאכן טיש איז דער רבי ארויסגעפארן אין שפיץ פון די חסידים צום ציון הקדוש אויפן הר הזיתים, אויסצופועלן ישועות ורפואות פארן כלל און פארן פרט.



תגובות


bottom of page