top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי תשא את ראש בני ישראל • ק"ק ראחמיסטריווקא לינדען מקבל מרות פון האד' מראחמיסטריווקא

מונטאג פ' חיי שרה • כ"ב חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש


דעם פארגאנגענעם ליל שישי האבן זיך חסידי ראחמיסטריווקא תושבי לינדען צוזאמגענומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין בארא פארק אויף א ספעציעלע מסיבת לחיים וואו די חסידים תושבי לינדען וועלכע וואוינען שוין אין לינדען די פארגאנגענע פאר יאר אין האבן דארט אוועקגעשטעלט א הערליך שיינע ווינקל, א ביהמ''ד וואס באלייכט די גאנצע אומגעגענט לשם ולתפארת, האבן אצינד אינאיינעם מקבל מרות געוועהן אין אויפגענימען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אלס מנהיג הקהילה אין מורה דרך אין איבערגעגעבן די נשיאות והנהלת הקהילה והביהמ''ד.

די מסיבת לחיים וואס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א ווי די רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים אין אויפגעטראטן מיט הדרכות קודש פאר די חסידים.

דאס קומט נאכדעם וואס כ''ק האדמו''ר מראחמיסטירווקא הרה''צ רבי ישעי' משולם זושא שליט''א האט פארגאנגענעם וואך איינגעמאלדן פאר די חסידים אין לינדען אז לעת עתה וועט ער מחמת פארשידענע סיבות נישט קענען ממשיך זיין צו שטיין בראש פון די קהילה כמקדמת דנא.



bottom of page