כ"ק אדמו"ר מסקווירא מאנסי שליט"א אויף געהויבענעם באזוך אין ארה"ק
- 30 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 30 באפר׳
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
חסידים ומעריצים האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם באזוך אין ארה"ק דורך כ"ק אדמו"ר מסקווירא-מאנסי שליט"א, וועלכער האט געוויילט אויף עטליכע טעג אין ארה"ק, און געפראוועט א געהויבענעם שבת אין די שטאט צפת צוזאמען מיט עדת חסידיו ומעריציו.
דער רבי שליט"א איז געקומען צו פארן קיין ארה"ק מנחם צו זיין ביי די בני משפחה פון די שוויגער הרבנית הצ' ע"ה אשת הגה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מרחמיסטריווקא.
אצינד איז געווען דאס ערשטע מאל זינט דער רבי שליט"א האט איבערגעפלאנצט זיין הויף אין מאנסי וואס דער רבי שליט"א איז אוועקגעפארן אויף א שבת, און האט במשך דעם באזוך א לענגערע צייט מנחם אבל געווען ביי גיסיו ובני משפחתו.
דורכאויס די נאכפאלגענדע טעג האט דער רבי שליט"א מתפלל געווען אויף קברי צדיקים אין גליל אריינגערעכנט מירון, צפת, טבריה, און דערנאך געפראוועט א געהויבענעם שבת אינעם נסאטאלגישן טשערנאבילער קלויז אין די שטאט צפת צוזאמען מיט א צאל חסידים ואנשי מעשה פון אלע מקומות.
זונטאג נאך מעמד הקמת המצבה על קברה פון חמותו הרבנית ע"ה אויפן הר הזיתים, האט דער רבי שליט"א מתפלל געווען ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים, דער כותל המערבי, קבר רחל, קבר שמואל הנביא, און אויך אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.מאנטאג אינדערפרי האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט למעון קדשו אין מאנסי.











תגובות