top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחבת הגבולים • פלענער פאר נייע ביהמ"ד הגדול בחצר הקודש ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


בחצר הקודש ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע פלענער צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה, נאך וואס די עקזיסטירנדע בית המדרש איז ווי באקאנט גאר קליין קעגן די מאסיווע שטראם פון חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש מדי שבת בשבתו, איבערהויפט ביי די מלוה מלכה'ס און מאורעות שונות ביומי דפגרא.


אין די לעצטע פאר חדשים האבן די עסקני הקהילה זיך עטליכע מאל צוזאמגעזעצט אויף באראטונגען צו זעהן וואס מען קען טון צו פארגרעסערן דעם היכל בית המדרש, און די הנהלת הקהילה זיצט שוין מיט ספעציעלע אינדזשענירן מיטן פלאן אויפצובויען א שפאגל נייע בנין בית המדרש הגדול אויפן שטח וואו עס געפונט זיך די יעצטיגע בנין בית המדרש.


וויבאלד אבער די נויט שרייט ארויס פון אלע זייטן, ווען מ'האט ניטאמאל די געלעגנהייט צו ווארטן ביז מ'וועט פארענדיגן א נייעם בנין, צוליב די שרעקליכע שטופעניש און ריבוי העם בלי עין הרע וואך איין וואך אויס ביי די לעכטיגע טישן, איז אויפגענומען געווארן א פרישע וועד פון ענערגישע עסקנים אויפצוקומען מיט א קלארע פלאן וויאזוי אהערצושטעלן הרחבת הדעת אויף צייטווייליג, און לויט די יעצטיגע פלענער וועט מען אין די נאנטע צוקונפט פארברייטערן דעם היכל בית המדרש אויף מזרח זייט, וואס פעלט זיך אויס ערנסטע בוי ארבעט.

כ"ק אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א האט אנגעמערקט אז אויף יענעם שטח איז ווארשיינליך געווען א פרוכט בוים, און דעריבער האט מען געשיקט די שאלה צו עטליכע גדולי הרבנים דן צו זיין כדת מה לעשות, און אצינד זיצן די עסקנים צו מטכס עצה זיין וויאזוי צוצוגיין צו די הרחבת גבולי הקדושה.


אין אנדערע נייעס איז אין די יעצטיגע טעג אפגעשיקט געווארן ספעציעלע בריוון צו די ארומיגע שכנים, אנבאלאנגט די נושא פון פארקינג, ווען ביי די וואכעדיגע מאורעות ווערט די גאנצע גאס אנגעפולט מיט צענדליגע קארס וואס טוט גאר שטארק פארשווערן פאר די שכנים, אינעם בריוו שמועסט די הנהלת הקהילה אויס די אפציעס וויאזוי צו פארבעסערן די צושטאנד, און פארגרינגערן דעם קריזיס, און בעטן די שכנים צו לאזן הערן זייער מיינונג אויסצוארבעטן אלעס על צד היותר טוב.



Comments


bottom of page