top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ פארטיילט מזונות פאר אלע אידישע רייזענדע אויפן פליגער קיין ניו יארק

דינסטאג פ' תולדות • א' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם זונטאג מיטאג האט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ניו יארק, צו באשיינען די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר מארגן דינסטאג אין שטאט וויליאמסבורג.


אנקומענדיג אין די לוד לופטפעלד האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה, און זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועלכער איז אויך געפארן מיט די זעלבע פליגער. גייענדיג אין לופטפעלד איז דער רבי אריבער גרויסע פלאקאטן וואו עס איז געווען בילדער פון די אלע פארכאפטע ביי די טעראריסטן ימ"ש זינט שמחת תורה. דער רבי האט אויסגעדרוקט גרויס צער און ווייטאג מיט די באטראפענע, און מיצר געווען בצרתן של ישראל. אינמיטן זענען צוגעקומען צום רבי'ן עטליכע אידן וואס זייערע משפחה מיטגלידער זענען פארכאפט, און מזכיר געווען די נעמען לישועה ולרווחה. אזוי אויך זענען צוגעקומען צום רבי'ן עטליכע מענטשן וואס זייערע קינדער דינען אין מיליטער, און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן אז יעדער זאל צוריקקומען געזונטערהייט.


אויפן פליגער האט דער רבי געפראוועט א לחיים מיט די מקורבים, דערנאך האט דער רבי זיך ארומגעדרייט אויפן פליגער, און פארטיילט מזונות פאר אלע אידישע רייזענדע. דער רבי האט געזאגט אז ער פארט צו א שמחה במעונו, דעריבער וויל ער וואונטשן יעדן פערזענליך מיט אלע ברכות.


אנקומענדיג קיין ניו יארק האבן אפגעווארט א גרופע חסידים און די בני משפחת המלוכה, דער רבי האט געדאווענט מעריב אין עירפארט, און דערנאך ארויסגעפארן לבית האכסניא.

bottom of page