top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים • יו"ט פורים בחצר הקודש באבוב 45

דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי און הילל ל"ש


א הערליכע יו"ט פורים איז פאראיבער אויף חסידי באבוב 45 בצל הקודש. ליל פורים האט כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אויפגענימען די חסידים פאר קרוב צו דריי שעה בביתו נאווה קודש, בשעת די משתה היין זענען דאס יאהר ערלויבט געווארן בלויז די נגידים ותומכי המוסדות צוצוגיין צום רבי'ן שליט"א, און צוגאב צו די אידן הזקוקים לישועות.


צופרי נאכן דאווענען האט די רבי פארטיילט דאלארן פאר די בחורים כנהוג, נאכמיטאג האט די רבי ווייטער אויפגענימען די בחוריםלברך ולהתברך אין דעם גרויסן טאג.


בשעת די משתה היין האבן אויפגעטראטן פילע בדחנים מיט גראמען און בדחנות, און די רבי האט עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש און פארגעזינגען למנצח על אילת השחר כנהוג מיט גרויס בכיות. דורכאויס די שולחנות הטהורים פורים און שושן פורים האט די רבי עטליכע מאל דערמאנט די ביטערע גזירת החינוך וואס הועירט אויף כלל ישראל, און מעורר געווען רחמי שמים מרובים מבטל צו זיין די גזירות.


שושן פורים צופרי האט די רבי מקיים געוועהן דעם מנהג רומפלין בבית בנו הרה"צ ר' יוסף אונגער שליט''א, דערנאך האבם די בחורים אהיימבאגלייט דעם רבי'ן ברחובה של עיר, נאכמיטאג ביים טיש האט הרב בן ציון יוסף ריינאהלד אויפגעטראטן מיט גראמען און אויסגעלערנט פארן ציבור א ניגון פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זי"ע, דערנאך האט בדחנא דמלכא הר"ר נחמן ליווי געזאגט דברי בדחנות דערמאנענדיג א תורה פונעם בארדיטשובער רב, אויף וואס די רבי שליט''א האט שפעטער מוסיף געוועהן ביי די דברות קודש מיט א צושטעל פון די תורה צום ניגון פונעם הייליגן קדושת לוי.





















bottom of page