top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבת של שמחה בחצרות סאטמאר - דושינסקיא געפראוועט בעיר הצדק קרית יואל

דינסטאג פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


גאר געהויבן איז פאראיבער דעם שבת של שמחה אין קרית יואל ביי די שבת שבע ברכות בחצרות הקודש סאטמאר אין דושינסקיא, וואס איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. באזונדער האט מען געהאט די האבן צוגאסט אויף שבת אין קרית יואל די געהויבענע זיידע'ס כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, הגה''צ רבי אברהם הערש וואזנער אב''ד סאטמאר מאנסי, אין הגה"צ ר' יחזקאל רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב. די וועד הכנסת אורחים אין קרית יואל האט אהערגעשטעלט פילצאליגע אכסניות פאר די געסט תלמידי וחסידי דושינסקיא וועלכע זענען געקומען צו פארן אויף שבת, און די סעודות שבת איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די סעודות שבע ברכות. צו קבלת שבת אין מעריב ליל שבת האט די סאטמאר רבי צוגעשיקט הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא ראש ישיבת דושינסקיא אין ירושלים בנו הגדול פונעם דושינסקיא רבי'ן. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת ביי די אדמור''ים שליט''א. דורכאויס אלע תפילות אין טישן במשך שבת איז כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א געזעצן כעבדא קמי מרי אין כמים פנים אל פנים האט די סאטמאר רבי'ן מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט''א ביותרת הכבוד.

מיט די זמירות ביים טיש האט די רבי מכבד געוועהן די חשובע אורחים אין קרובי המשפחה אין מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן מחותנו האד' מדושינסקיא. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אין ברכה אחריתא הרה"צ רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים שליט"א - אדמו"ר מנדבורנא לינסק. נאכן בענטשן האט מען האט אויפגעגעבן פירות אין דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס אויפגעריפן די סאטמאר רבי צו די ריקודין לפני הכלה, אויך כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א איז ארויס מגדרו אין איז געטאנצן מצוה טאנץ כמנהג המקום. דערנאך זענען געטאנצען די זיידעס הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה''צ אב''ד מטאמשוב שליט"א, און די מחותנים. שבת אינדערפרי ביים ליינען האט כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א עולה געוועהן שלישי אין צו מוסף אין צוגעגאנגען די זיידע הגה''צ אב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א. נאכן דאווענען האט כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א קידוש געמאכט אינעם זאל אינאיינעם מיט די חסידים אין געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת, די רבי האט פארטיילט שיריים אין יעדן געוואונטשן א גוט שבת. מוצאי שבת האט די רבי שליט''א געזעגענט די געסט בבית האכסניא אין שטוב פון הר''ר חיים ידידיה פישער. שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואו עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרבצת התורה פון זקינו הרה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל און סיפורי צדיקים. די דושינסקיא רבי שליט"א האט איבערגעגעבן א גרוס פון זיין באזוך אין ישיבה גדולה שיעור ד' ווי די רבי האט געדאווענט שחרית מיט די בחורים פארגאנגענע וואך עטליכע מאל, דער סאטמאר רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביזן גאס.






bottom of page