מאנטאג פ' תצוה • י' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס האלט זיך אויף אין מיאמי פלארידע אויף אפרוה איז נעכטן זונטאג אנגעקומען אויף א באזוך ביים משגיח הגה"צ ר' משה וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל אין זיין אכסניא אין מיאמי, ווי באקאנט טוט כ''ק האד' מבאבוב שליט''א אנהאלטן א שטארקע ידידות מיט'ן משגיח ווי דער רב מיטן משגיח טוען יאהר יערליך פארברענגען אינאיינעם וויילענדיג צוזאמען אויף אפרוה אין פלארידע, די משגיח האט אויפגענומען דעם רב בכבוד הראוי און מען האט ארומגעשמועסט פון פארשידענע ניגוני קודש וואס זענען מיוחס צו די צדיקים הקודמים. צווישן אנדערע האט די רב אויסגעלערנט א ניגון פונעם הייליגן תפארת שלמה זי''ע וואס מען האט באנייעט אויף דעם יו''ט סוכות בחצר הקודש באבוב, נאכן באזוך האט די משגיח מכבד געוועהן דעם רב מיט לחיים, ונפרדו לשלום.
Comentarios