top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 וועט אפרייזן קיין ארץ ישראל אויף ניחום אבלים ביי הרב חנוך סגל ראש הקהל באבוב-45 בארה"ק

זונטאג פ' תרומה • ב' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג וועט כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א פארלאזן ביתו נאווה קודש אין בארא פארק אויף א קורצע באזוך קיין ארץ הקודש, וואו די רבי וועט מנחם אבל זיין ביי מקורבו ואיש אמונו מאז ומקדם הנגיד החסיד ר' חנוך סגל הי"ו ראש הקהל באבוב-45 בארה"ק וועלכע האט זיך היינט געזעצט שבעה צו די פטירה פון זיין אשת חיל, מרת רבקה סגל ע"ה.


ווי געזאגט וועט זיך די רבי שליט''א ארויסלאזן אין וועג היינטיגן זינטאג נאכמיטאג, די רבי איז ערווארטעט אנצוקומען קיין ארץ ישראל מארגן דינסטאג אינדערפרי, די רבי שליט''א וועט זיך אויפהאלטן איבערן טאג אין בני ברק אין נאכמיטאג מנחם אבל זיין בבית האבלים.


צומארגנס דינסטאג נאכמיטאג וועט די רבי שליט''א אנקומען אויף א תפילת רבים בראש קהל חסידיו ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לשפוך שיח ולהיפקד בדבר ישועה ורחמים. אויפדערנאכט וועט זיך די רבי אומקערן למעון קדשו אין בארא פארק.


די נפטרת ע"ה איז געווען א בת קדושים א טאכטער פון הרה"צ רבי יהושע הורוויץ זצ"ל אייניקל פון הרה"ק בעל 'אהבת ישראל' מוויזניץ זי"ע ומגזע צדיקי בית דזיקוב - ראפשיץ ולמעלה בקודש, זי איז כל ימיה צוגעשטאנען לימין בעלה מיט זיינע געוואלדיגע מעשי צדקה וחסד, אין איז געווען ספעציעל אויסגעצייכנט מיט אירע געוואלדיגע חסד אקטיוויטעטן און הכנסת אורחים, ווי פילע אידן זענען געווען סמוכים על שולחנה בפרט שבתות וימים טובים, באזונדער האט די נפטרת זוכה געווען צו פארוואנדלען איר שטוב אין א בית וועד לחכמים, וואו אדמור"י בית באבוב לדורותיהם האבן קובע געווען זייער אכסניא אין דעם שטוב ביי זייער באזוכן אין ארץ ישראל.


דעם שבת נאכמיטאג איז זי פלומצלינג צוזאמגעפאלן אין ליידער אויסגעהאכט איר נשמה, איבערלאזנדיג נאך זיך א דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן ומרביצי תורה ויראי השם, די לוי' איז ארויס נעכטן מוצאי שבת פון איר שטוב אין די שיכון ה' גענגעט אין בני ברק, דורך ביהמ"ד באבוב 45 אויף רח' מלצר צום וויזניצער בית החיים.

bottom of page