top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד: הרה"ח המפואר ר' מרדכי דוד צוויבל ז"ל דאפלטער מחותן פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

היינט נאכמיטאג האבן פילע חסידי בעלזא אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באגלייט למנוחות עולמים הגאון החסיד המפואר רבי מרדכי דוד צוויבל זכרונו לברכה מזקני ופארי חסידי בעלזא און דאפעלטע מחותן פון יבבלחט"א דער בעלזער רב שליט"א וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון אכט און אכציג יאהר.


די חשובע נפטר וועלכע איז נאך געבוירן אינדערהיים אין שטאט דזיקוב און האט דורכגעלעבט די קריג האט אלע יאהרן נאך פון קינדווייז אן געוואוינט אין אנטווערפען ווי ער איז געווען פאררעכנט אלס איינער פון די פני וטובי העיר, ער האט נאך זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצילו פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, און איז געווען א מקורב ביי הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע.


אין די לעצטע יאהרן האט ער זיך באזעצט אין ארץ ישראל, וואו ער האט נישט פארפאסט קיין טיש ביי מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צו וועם ער איז געוועהן אדוק ומקושר, באזונדער האט ער געהאט די זכיה זיך משדך צו זיין צוויי מאל מיטן משפחת המלוכה וואס ער האט געשפירט פאר א געוואלדיגע חשיבות און זכיה, דאס ערשטע מאל ווען זיין אייניקל הרב לייבל צוויבל איז א חתן געווארן ביי הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א און דאס צווייטע מאל ביי הרב אלימלך נתן נטע רוקח אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס איז אן איידעם ביי זיין איידעם הרה"ג ר' אברהם יעקב שארף הי"ו.


די לויה איז ארויס היינט נאכמיטאג פון בית הלויות סנהדריה אין ירושלים, און איז דורך פארנט פון בית מדרש הגדול אין קרית בעלזא, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויסגעקומען צום לויה, און מיטגעהאלטן די הספדים דורך דער מגיד מישרים הגאון רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א, און הגאון רבי אהרן דירנפעלד שליט"א ראש ישיבות לצעירים דחסידי בעלזא.





































Comments


bottom of page