דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
צענדליגע טויזענטער חסידי גור גרייטן זיך מיטצוהאלטן שעות של שמחה והתעוררות הנפש ביים גרויסארטיגן שמחת החתונה בחצר הקודש גור, כשהמלך במסיבו בעידן חדוותא, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א גרייט זיך מפאר צו זיין על ראש שמחתו בנישואי נכדתו הכלה החשובה, בת לחתנו הרה''ג ר' חיים יהושע שארר שליט"א זון פון הגה"צ ר' ישראל שמחה שארר ראש ישיבת אור שמח, מיטן חתן א זון פון הרב החסיד ר' מנשה בערגמאן.
פון אלע שטעט אין ארץ ישראל טוען חסידי גור אצינד מאכן זייער וועג צום פינת יקרת, די אבן שתיה די צענטער פון חסידי גור די בכל אתר ואתר, ביהמ"ד הגדול אויף רחוב ירמיהו, וואס איז שוין צוגעגרייט לקראת די געהויבענע שמחה של מצוה בחצר הקודש.
די גרויסער באיאנע קלויז אויף רחוב מלכי ישראל איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן דורך די וועד החתונה, דארט וועט געפראוועט ווערן די קינדער טיש בראשות פונעם רבי'ן, און די שמחת החתונה פאר די נשים צדקניות. אין א באגריסנדע שריט איז געמאלדן געווארן מטעם די וועד הקלויז דחסידי באיאן, אז לכבוד די גרויסע שמחה בחצר הקודש גור וועלן אלע מניני תפילה און שיעורי תורה פארקומען אין די זייטיגע היכלות און שטיבלעך, כדי צו פריי לאזן די גיגאנטישע היכל הקלויז פאר די גערער שמחה.
די קינדער טיש לכבוד די שמחה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט זיך אנהייבן ארום צוויי אזייגער מיטאג אינעם אלטן ביהמ''ד, און דערנאך וועט פארקומען די מעמד התנאים מיט די באטייליגונג פון די בני המשפחה. די קבלת פנים וועט זיין געווידמעט ווי געווענליך פאר די טויזענטער בחורי הישיבות דחסידי גור.
ארום פיר אזייגער וועט זיך אנהייבן די מעמד החופה ברחובה של עיר, על רחבת רחוב ירמיהו בפלטרין של מלך, די גאסן ארום וועלן שוין עטליכע שעה פריער זיין אפגעשטעלט פאר פארקער, צוליב די ריזן פלייץ פון חסידים וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמד.
צוליב די ריבוי העם וועט מען צום ערשטן מאל נישט דורכגיין זאגן מזל טוב אין די חתונה וועט זיך שליסן פריער ווי געווענדליך.
א פערטל נאך זיבן אויפדערנאכט וועט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א מופיע זיין צום שמחת החתונה, און מעריך זיין די שמחה טיש ברוב עם הדרת מלך, וחסידים ברנה יגילו פאר לענגערע שעה'ן נאכאנאנד מיט ריקודין של שמחה בעוז ותעצומות.
צען דרייסיג וועט די שמחה געשלאסן ווערן, ווען די טויזענטער חסידים וועלן פארלאזן דעם בית המדרש, און די מעמד המצוה טאנץ וועט פארקומען אויף א פריוואטע פארנעם בביתו נאוה קודש פונעם גערער רבי'ן שליט"א.
Comments