top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מנדבורנה ירושלים פוקד געוועהן מקומות הקדושים אין אייראפע; דערהויבענעם שבת אין שטאט פרעמישלאן

מונטאג פ' בהעלתך - ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגענעם שבת פ' נשא א' האט כ''ק האדמו''ר מנדבורנה ירושלים שליט''א געפראוועט א דערהויבענעם שבת אין שטאט פרעמישלאן אין אוקריינע סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה''ק רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי''ע בעצם יומא דהילולא וואס איז אויסגעפאלן שבת כ''ט אייר. ערב שבת נאך חצות בעת רצון אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש סיוון איז די רבי ארויף צום ציון הק', ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים אין געזאגט דעם תפילת השל''ה מיט גרויס התעוררות.


אלע תפילות אין טישן דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן אינעם נייעם פראכטפולן בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק', דער טיש פרייטיג צונכאטס האט זיך פארצויגן עד אור הבוקר בשירות ותשבחות לאל חי אין דער סעודה שבת בייטאג האט די רבי געגעסן אינאיינעם מיט די חסידים וועלכע האבן זיך מיטגעכאפט מיטן נסיעה אויף שבת.


מוצאי שבת נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריבער די גרעניץ קיין פולין, זינטיג צופרי איז מען אנגעקומען קיין ליזענסק ווי מען האט געדאווענט א פייערדיגער שחרית לכבוד ראש חודש, אין נאכן דאווענען איז די רבי ארויף צום ציון המצוינת, מען האט נישט געזאגט קיין תהילים צוליב ראש חודש, די רבי האט אנשטאט געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי''ע בהשתפכות הנפש אין דאן געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, אין זיך משתטח געוועהן אויפן ציון הק'. שפעטער נאכמיטאג איז מען ארויסגעפארן קיין קערעסטיר ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן זינטיג איבערן טאג, פארנאכטס האט די רבי אפגעראכטן א סעודת ראש חודש וואס איז געוועהן צוגעגרייט אויף א רייכע פארנעם אין רבי ישעי'לעס הויז אין דערנאך האט די רבי פוקד געוועהן דעם ציון הק' להיפקד בדבר ישועה ורחמים. פון קערעסטיר איז די רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין בודאפעסט אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ ישראל אנגעפילט מיט זעק ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.






























bottom of page