top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע מעמד התפילה ביים מקום משכן שילה כמסורת האדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בראשות בנו מ"מ האד' מקאסוב

דינסטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

 

ווי יאהר יערליך איז אויך דאס יאהר אפגעהאלטן געווארן די געהויבענע מעמד התעוררות און תפילת רבים אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען "משכן שילה" וואס איז די לעצטע יאהרן נתפרסם געווארן אלס א מקום מסוגל פאר ישועות, נאך וואס כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל האט מיט צעהן יאהר צוריק מגלה געווען די קדושת המקום דארט ווי חנה האט אויסגעפוילט זרע של קיימא, און אויסגעטראטן די כח התפילה לדורות. דאס יאהר איז דער מעמד באשטימט געווארן דורך בנו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א ביום המסוגל חמשה עשר באב, מיט די השתתפות פון א גרויסע ציבור חסידים ואנשי מעשה, די מעמד איז געווארן אנגעפירט דורך הרב חיים מאיר שטיינמעץ הי"ו יושב ראש ארגון 'שמחתי בישועתך' וואס טוט אויף גדולות ונצורות למען קדושת המקום. שטייענדיג נאך אינעם שנת האבילות להסתלקותו פונעם קאסובער רבי'ן זצ"ל איז די מעמד היי יאהר פארגעקומען אן קיין מוזיק, און חסידישע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען מיט ווארימע און פרייליכע ניגונים.


תיכך נאך תפילת מנחה האט מען געזינגען ניגוני דביקות, דערנאך האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג איבער דער קדושת המקום, אין ציטירט וואס דער של"ה הק' ברענגט אז דער רושם פון דעם הייליגן ארט וואס איז געוועהן ווי א צינור פון שפע בזמן המשכן איז קאי וקיים ביז צום היינטיגן טאג, און וואו מען מען זעהט בחוש - בפרט די לעצטערע יאהרן די ישועות למעלה מדרך הטבע וואס אידישע קינדער האבן זיף אויסעגעבטן אין דעם מקום קדוש.


דאן האט מען מיט גרויס התעוררות ותחנונים אינאיינעם געזאגט דער תפילת חנה וואס איז מסוגל געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא אין זעהן נחת פון די קינדער, און די צען מזמורי תהילים המסוגלים פונעם של"ה הק', נאכן זאגן די תפילה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, אינצווישן האט מען געזינגען די ניגון 'ויהיו זרעי' וואו אידישע קינדער האבן זיך אויסגעוויינט בדמעות שליש, און דאס התעוררות איז געווען אומבאשרייבלעך.


צום שלוס איז די גאנצע ציבור דורך אל מול פני הקודש מיט קוויטלעך, צווישן זיי פילע אידן וועלכע ווארטן אויפגעראכטן צו ווערן מיט קינדער, זיווגים הגונים, און כל מיני ישועות. די רבי האט יעדן באזונדער געוואונטשן במאור פניו און מיט פיל ברכות, און פארטיילט פירות פאר אלע משתתפים.
































































Comentarios


bottom of page