top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רודפים עליך ישראל ‎• הנהלת הקהלת זענען געצווינגען געווארן צוריק צו פארשליסן דאס ביהמ"ד עד יעבור זעם צוליב די פרעסע

20 במאי 2020
זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 12 בפבר׳ 2024

צוליב א רעש אין די פרעסע איבער די צוריקעפענונג פון ביהמ"ד הגדול קהל שערי ציון ד'באבוב און מתיבתא עץ חיים ד'באבוב, זענען די הנהלת הקהלה היינט געווען געצווינגען צוריק צו פארשליסן דאס ביהמ"ד עד יעבור זעם. אזוי אויך זענען די הנהלת הקהלה פון קהלת ויזשניץ-וומסב"ג געווען געצווינגען אפצושטופן די געפלאנטע 'מעמד התחדשות הביהמ"ד' אויף א צווייטע געלעגנהייט, צוליב דעם וואס עס איז ברייט באריכטעט געווארן אין די פרעסע. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס געווענער קאומא האט היינט געמאלדן אז אנגעהויבן פון דעם דאנערשטאג וועט זיין ערלויבט זיך צוזאמקומען צום דאווענען און אנדערע רעליגיעזע צוועקן אין גרופעס פון צען מענטשן און ווייניגער. 




תגובות


bottom of page