זונטאג פ' מצורע • ו' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
שטייענדיג א קארגע צוויי חדשים אפגעריקט פונעם געהויבענעם טאג ל"ג בעומר תשפ"ד, ווערט אויסגעארבעט די לעצטע פלענער וויאזוי אהערצושטעלן די הייליגע חגיגה באתרא קדישא מירון, און אויסצוארבעטן א פרייליכע און פארזיכערטע חגיגה נאך די געוואלדיגע סוקסעס פון די פאריעריגע הילולא ל"ג בעומר תשפ"ג.
ווי באקאנט איז די מאסן עליה צום ציון התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי אין מירון צושטערט געווארן אין די לעצטע עטליכע יאהרן, אין יאר תש"פ איז געווען גאר שווער אנצוקומען קיין מירון מתפלל זיין ביום ל"ג בעומר צוליב די ביטערע וויירוס עפידעמיע, ווידער א יאר דערויף תשפ"א האט ליידער פאסירט די שרעקליכע אומגליק, ווען פינף און פערציג נשמות טהורות זענען ליידער ארויף לגנזי מרומים אינעם שרעקליכן געדרענג, און ל"ג בעומר תשפ"ב האט זיך אפגעטון א מהומה, ווען די ציוניסטישע אינסטאנצן האבן פרובירט צו נעמען קאנטראל אויף מירון אין דעם הייליגן טאג, און נצח ישראל האט געזיגט אויף גאר א שטארקע פארנעם ווי באקאנט.
די טאג פון ל"ג בעומר תשפ"ג איז אבער געווען אנדערש און איז אריין מיט גאלדענע אותיות אין די אידישע היסטאריע, ווען מיט דעם טאג האבן הונדערטע טויזנטע אידן זוכה געווען צו מתפלל זיין ביים ציון הרשב"י און זיך מיטפרייען ביומא דהילולא דיליה, מיט א מורא'דיגע רואיגקייט און הרחבת הדעת, און מיט א ריכטיגע שמחה דקדושה, נאכדעם וואס שלוחא דרבנן הרב מאיר פרוש, וועלעכע איז געשטעלט געווארן אלס "שר לעניני מירון" אינאיינעם מיט א שטאב פון עסקנים האבן נאך לאנגע חדשים פון פיבערהאפטיגע הכנות און צוגרייטונגען אויף אלע מעגליכע אופנים אהערצושטעלן זיכערהייט מיט די מאקסימום צופרינדהייט פון יעדן איינעם, האבן זיי מיטן אויבערשטנס הילף זוכה געווען צו שניידן די פירות פון די שווערע הארעוואניע, דעגרייכנדיג דעם געוואלדיגן הצלחה.
ווי עס ווערט אצינד געמאלדן, האט די מדינת ישראל רעגירונג היינט געמאלדן אז אויך היי יאר וועט די גאנצע הילולא קדישא ווערן אנגעפירט דורך די היימישע עסקנים, אויף די זעלבע סיסטעם מיט נאך פילע הוספות פאר די כח הקדושה, לויט וויפיל די אומשטענדן וועלן מיטשפילן, אין ליכט פון די אנגעצויגענעם מצב המלחמה אין ארץ ישראל און בפרט אין צפון, און דערביי ווייטער געבן די ריכטיגע געלעגנהייט פאר שלומי אמוני ישראל צו קענען מתפלל זיין מיט א רואיגקייט און פראווענען די הילולא קדישא מיט שמחה של מצוה ובקדושה וטהרה ווי איינגעפירט שוין יארן לאנג.
אויפן דאך פונעם ציון וועט בלויז פארקומען איין הדלקה, די צענטראלע הדלקה ליל ל"ג בעומר פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, ווי עס איז שוין געווען אין די לעצטע צויי יאהר. אויסער דעם וועלן פארקומען נאך מעמדי הדלקות דורך די גדולי האדמורי"ם אין משפיעים אויפן דעזיגנירטע ''מתחם ההילולא'' וואס געפינט זיך אונטן ביים מושב מירון.
אויך וועלן ווערן געמאכט פארשידענע בוי ארבעט מיט אלע זיכערהייט מוסנאמען, עס זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין שטופעניש און טראגעדיעס, ווי עס האט שוין ליידער פאסירט בעבר, און צוזאמען מיט דעם זיכער מאכן אז יעדער איינער זאל האבן די געלעגנהייט אנצוקומען קיין מירון אין דעם גרויסן טאג מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת און אויספועל'ן אלעס גוטס.
Comments