top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תשובי מאנטשעסטער מיטגעהאלטן שיינע רבישע חתונה אין הויפן פון תולדות צבי ספינקא און פאלטישאן

דינסטאג פ' שמיני • כ"ג אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א הערליכע רבישע חתונה איז געפראוועט געווארן אין שטאט מאנטשעסטער אין ענגלאנד, בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן נכד כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מפאלטיטשאן שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אהרן גרינפעלד שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנטשעסטער.


די חתונה איז פארגעקומען אין די בית יוסף זאל אין שטאט וואו פילע תושבי העיר און די רבנים בראשם האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה בבית צדיקים. ביים מעמד החופה איז די זיידע די ספינקא רבי שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושים, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס משני הצדדים, און ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וואס איז אויך געקומען צופארן צו באשיינען די שמחה.


א קורצע צייט נאכן חופה זענען די זיידעס האדמור"ים ערשינען אין זאל און זיך געוואשן צום סעודת החתונה, נאכן בענטשן איז די ספינקא רבי אראפ אין צענטער פון זאל און מעודד געווען די ריקודין מיט גרויס התלהבות, דאן האט מען צוגעטראטן צום מצווה טאנץ ווען די משמש בקודש הר"ר אביגדור שמשון שפיטצער הי"ו האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א מיט פאסיגע דברי חרוזין און די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין לפני הכלה, דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן און די מחותנים.



































Comentarios


bottom of page