דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
נאכפאלגנדיג די געויבענער שמחת נישואין בחצר הקודש צאנז האבן צאנזער חסידים יונג און אלט, מיטגעלעבט א שמחה'דיגע וואך ביי די שבע ברכות וואס איז געפראוועט געווארן יעדע נאכט דורך אן אנדערע קהילה/ארגון/מוסד אינערהאלב די פארצווייגטע מוסדות אימפעריע דחסידי צאנז. דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט מפאר געוועהן די אלע שמחות און משמיע געוועהן דברות קודש וברכה ביי די מאורעות, אריינגערעכנט די שבע ברכות דורך די תלמידי הישיבות הקדושות, די שבע ברכות געאייגענט פאר אלע רבנים, דיינים ויושבים על מדין אין די צאנזער קהילות אין ארץ ישראל, ביים שבע ברכות דורך ארגון אחים לשמחה, די שבע ברכות דורך ישיבת שפע חיים צאנז בני ברק, און די שבע ברכות דורך די תלמידי הת"ת וואו עס זענען געלאדענט געווארן די געסט וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה מעבר לים.
Comments