האד' מלעלוב ניקלשבורג האלט מיט 'סעודת חודש אב' בצל האד' מנדבורנא צפת
- בחצרות הקודש

- 7 באוג׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' דברים • ג' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק צפת וואו די רבי האט זיך משתתף געוועהן ביים שולחן הטהור און סעודת ראש חודש פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א בבית מדרשו. די נדבורנא רבי שליט"א וואס איז א פלאמעניק פונעם לעלוב ניקלשבורגער רבי'ן האט אויפגענימען דעם חשובן גאסט מיט גרויס כבוד און הערצה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים פון וועלכן די לעלוב ניקלשבורגער רבי האט גענימען שיריים און די ביידע אדמור"ים האבן ארומגעשמועסט בדברי תורה וסיפורי צדיקים. נאכן בענטשן האט די נאדווערנער רבי ארויסבאגלייט דעם פעטער לרחובה של עיר ונפרדו לשלום.










תגובות