מוצאי שבת פ' בשלח • י"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: א. אייזנבאך
טויזענטער איינוואוינער אין לאנדאן הבירה האבן בהדרת כבוד מקבל געווען דעם חשובן גאסט, מרן ראש הישיבה הגאון הגדול ר' שאול אלתר, וועלכער איז אנגעקומען אויף א געהויבענע ערשטמאליגע באזוך אין לאנדאן לרגל די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע שטיבל בית החסידים פני מנחם אויף די קלעפטאן קאממאן גאס.
אינעם היטרו לופטפעלד האבן דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעווארט א שיינעם ציבור אידן חסידים ואנשי מעשה, חשובי רבני העיר און גאוני תורה, תיכף ביים אנקומען אין די סטעמפארד הילל געגנט איז דער ראש ישיבה צוגעפארן לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן אויף א געהויבענע באזוך, וואו עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
דערנאך האט דער וויזניצער רבי ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה, און אינאיינעם אריבער אקעגן די גאס צום נייעם בית המדרש פני מנחם, צום מעמד קביעת מזוזה וחנוכת הבית, דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם וויזניצער רבי'ן צו קובע זיין די מזוזות ביים הויפט אריינגאנג, און דערנאך האט דער ראש ישיבה קובע געווען די אנדערע מזוזות. דער וויזניצער רבי האט ווארעם געוואונטשן דעם ראש ישיבה און זיך צוריקגעקערט לבית מדרשו בשכינות, צום עריכת שולה"ט לכבוד חמשה עשר בשבט.
די מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית האט פארגעזעצט במעמד קהל רב, נאך מנחה איז פארגעקומען א גרויסע לחיים אינעם ספעציעל אויפגעשטעלטע שאטער פארנט פון בית המדרש, וואו עס האט זיך באטייליגט א גרויסע ציבור אידן תושבי העיר, ובראשם די הונדערטער חברי הקהילה וואס האבן זיך געפריידט ברגשי קודש צו דערגרייכן דעם היסטארישן מאמענט.
דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און דערנאך מכבד געווען אחיו הגדול הרה"ג ר' יעקב מאיר אלתר אויפצוטרעטן מיט ווערטער, אויך האט זיך אנגעזעהן הרב החסיד הישיש ר' לייבל סטעמפל נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב, און דער דיין פון די קהילה הגאון ר' מרדכי צבי פסח. נאכן לחיים האט מען געדאווענט מעריב און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען ביים גרויסן גאסט.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען די גייסטרייכע מעמד חנוכת הבית אין די פראכטפולע קאנטינענטאל זאל אין סטעמפארד הילל, וואו די חברי הקהילה און רבני העיר האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודה לכבוד המאורע, וואס איז געווען צוגעגרייט אויף א מלכות'דיגע פארנעם. עס האט אויפגעטרעטן דער רב הקהילה הגאון ר' מרדכי צבי פסח, הגאון ר' דניאל אלתר ראש ישיבת פני מנחם, און הנגיד ר' אהרן מרגליות. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן א פלאם פייערדיגע דרשה דברי חיזוק והדרכה פונעם ראש ישיבה, וועלכער האט א לענגערע צייט מחזק געווען קהל חסידיו און בפלפול ואגדה דערהויבן יעדן איינעם אויף א העכערן אטמאספער. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער רב הקהילה הגאון ר' מרדכי צבי פסח, און עס האט זיך אויך משתתף געווען הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער אב"ד פשעווארסק לאנדאן בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
צום שלוס פונעם מעמד האט דער ראש ישיבה פארטיילט ספעציעלע טייערע מתנות פאר די גרעסערע נדיבים בעם וואס האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע געלטער אוועקצושטעלן דעם בית המדרש, הנגיד ר' אהרן מרגליות וועלכער האט מנדב געווען א סכום עצום, הנגיד ר' מענדיל טייטלבוים, הנגיד ר' מאיר מעלניק, הנגיד ר' אשר זעליג לעוו ראש הקהל קהל יטב לב ד'סאטמאר לאנדאן, הנגיד ר' דוד נפתלי מרגליות, הנגיד ר' אהרן גאלדמאן, און הנגיד ר' שמואל יעקב שרייבער.
שפעטער נאך צען אזייגער אויפדערנאכט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ לאנדאן איבערצוגעבן דעם שיעור כללי פאר די תושבי העיר, די בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה מיט טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה לומדים ומתמידים, דער ראש ישיבה האט מאריך געווען בדרוש ופלפול איבער די מחלוקת פון הגר"ח און דער הייליגער חזון איש בדברי הרמב"ם, ווען די גאנצע היכל בית המדרש ווערט פארוואנדלט אין איין שטיק תורה בקדושה וטהרה בפלפול ואגדה.
דורכאויס פרייטאג ערב שבת האט די ראש הישיבה באזוכט ביי די רבני העיר לאנדאן, הגאון רבי יוסל פאדווא ראש הדיינים, הגאון רבי שלום פריעדמאן סגן גאב''ד אין הגאון רבי זאב פעלדמאן רב דקהל תורה עץ חיים. שפעטער אין טאג זענען אריבערגעקומען צום אכסניא פונעם ראש ישיבה די חברי הנהלת התאחדות קהילת החרדים - כדתיא אין שפיץ פונעם ראש הקהל הרב בנימין שטערן וואו מען האט ארונמגעשמועסט בעניני הכלל אין איבער די פעולות אין צרכי הקהילה אין די ראש ישיבה האט איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר די הנהלת הקהילה.
Comments