top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר פאררופט אסיפה נחוצה פאר אלע מנהלי המוסדות נאך מכשולות ביי כלי מכשירים פאר קינדער אין בחורים

דאנערשטאג פ' ויקהל • כ"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גאר דריגענדע אסיפה איז פארגעקומען דעם דינסטאג נאכמיטאג אין וויליאמסבורג, וואו עס זענען זיך צונויפגעקומען אלע מנהלים אינערהאלב מוסדות סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי און דעם ווייטן מאנטריאל, לשמוע את דבר השם ברמה, אויפן דירעקטן איינלאדענונג פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א על ישראל הדרתו בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג.


ביי דעם געהויבענעם כנסיה לשם שמים איז געשאפן געווארן היסטאריע אין די ברענעדיגע קאמף און שטאנדהאפטיגער לעזונג פון די כלי מכשירים ביי די צעירי הצאן תלמידים ותלמידות. נאכפאלגענדיג מערערע מכשולות, ביי די צעירי הצאן בפרט, ווען די טעכנעלאגישע נסיונות כאפט זיך אריין דורך פארשידענע וועגן, אפענע קאנעקשאן אין פשוטע דעווייסעס ווי 'סענסע' MP3 מאשינקעלעך וכדומה, און נאך פארשידענע יסודות'דיגע פראבלעמען וואס נעמט ארום דעם גאנצן ענין. 


באותו מעמד איז געגרינדערט געווארן די השגחה פון "מוכשר מוועד הקהילות", וואס וועט פארפיגן אויף אלע סארט רעקארדירונג אפאראטן, עם פי טרי פלעיערס, און אזוי ווייטער. דער רבי זעלבסט האט געלאזט איינמעלדן פאר יעדן איינציגסטן מנהל רוחני מרחבי ארה"ב וקאנאדא החונים תחת דגלו וואס דאס נעמט אריין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, קרית יטב לב, און מאנטריאל, די מנהלים פון אלע סניפי המוסדות תלמוד תורה, בית רחל, ישיבה קטנה וצעירים, און ישיבה גדולה, אז יעדער איינציגסטער מנהל זאל אראפנעמען פון די טייערע צייט און אנטיילנעמען ביי דעם ערשטמאליגער און קריטיש וויכטיגער אסיפה.


דער 5 שעה'דיגן יום הנאספים האט זיך אנגעהויבן ארום 2:30 ווען די צענדליגער מנהלים זענען אנגעקומען צום בנין הישיבה קטנה החדש אויף פלאשינג עוועניו, און זיך געטראפן איינער מיטן צווייטן זיך דורכצושמועסן פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.


הרה"ג ר' הירצקא שטערן שליט"א מנהל רוחני אין די מוסדות אין בארא פארק האט צוערשט באגריסט אלע חשובע מנהלים וואס האבן זיך מטריח געווען מקרוב ומרחוק, און דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ג ר' דוד אהרן יונגרייז שליט"א מנהל בית אסתר אין די מוסדות אין מאנסי געעפענט דער אסיפה, זאגענדיג אז דא זיצן שלוחים פון אריבער 25 טויזענט צאן קדשים וואס ווערן נתחנך אין אונזערע הייליגע מוסדות, דער יו"ר האט ערווענט די באדייט וואס דער אסיפה טראגט, זייענדיג קרוב ללבו הטהור פון רבי'ן שליט"א און עפ"י דיבורו הן נאספים לטכס עצה.


דאן האט אויפגערטעטן דער לעגענדארער מנהל רוחני הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א און הרה"ג ר' בעריש פאזען שליט"א מנהל בישיבת סאטמאר אין מאנטריאל. און דערנאך האט מען מיט יראת הכבוד מקבל געווען פני הקודש, פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות ברחבי תבל, נעבן רבי'ן זענען געזעסן די גדולי הרבנים וראשי הישיבות, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד סאטמאר ירושלים, אב"ד סיגעט, און נאך חשובע רבנים. עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בעק ראש ישיבת תפארת משה, און הרה"ג ר' יואל יאקאבאוויטש שליט"א מנהל רוחני אין ישיבה.


בחרדת קודש האט מען געהאט די זכי' צו הערן לענגערע דברי אלקים חיים און יסודות איתנים מפום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט זיך אויפגעשטעלט און צוערשט באגריסט דעם לגיון של מלך פון אזויפיל גבורי כח עושי דברו די געטרייע שלוחים נאמנים און ארויסגעברענגט א הכרת הטוב פאר זייער מלאכת שמים בין כותלי המוסדות לחינוך צאצאינו ולגדל זרע ברך ה' ע"ד ישראל סבא, דער רבי האט ממשיך געווען צו רעדן איבער די יסודות פון די פגעי הטעכנעלאגיע, אז כלים מיט א שוואכע הכשר איז הארבער ווי עסן מיט א שוואכע השגחה און דאס דארף ווערן א דבר פשוט וברור און אפגעפרעגט ביי יעדן תלמיד און תלמידה, און דער חיוב וואס יעדע מנהל און די עלטערן האבן צו טראגן א עינא פקיחא אויף יעדן קינד באזונדער, אויך איבער די שעדליכקייט פון די טריפה'נע ליין מאטריאל, בסיום דברות קודש האט דער רבי פארענדיגט מיט הייליגע ברכות פאר די געטרייע מנהלים די שלוחי הקודש, מען זאל זוכה זיין צו מגדל זיין לעכטיגע דורות זרע ברך ה' אן קיין מכשולות עד ביאת הגואל.


תיכף דערנאך האט הרה"ג ר' יקותיאל הערש יאקאבאוויטש שליט"א ראש המנהלים פון מוסדות קרית יואל, פארגעליינט די תקנות גדולות וקבועות וואס ווערט מהיום והלאה איינגעפירט בין כותלי המוסדות כיתד בל תמוט, אז קיין שום בחור, יונגל, אדער מיידל, אין סיי וועלכע אפטיילונג פון די מוסדות, איז נישט ערלויבט צו האבן סיי וועלכע טעכנעלאגישע דעווייס וואס איז נישט אונטער די השגחה פון "מוכשר מוועד הקהילות", וואס וועט פארפיגן אויף אלע סארט רעקארדירונג אפאראטן, עם פי טרי פלעיערס, און אזוי ווייטער, און ארבעט שוין עטליכע חדשים מיט די טעכנעלאגישע פירמעס צו פארזיכערן אז אלעס קומט פאר די נויטיגע פארלאנגען.


נאכן צענטראלע אסיפה איז פארגעקומען קלענערע אסיפות צווישן די מנהלים אין אלע סניפי המוסדות, באזונדער פאר די מנהלי הישיבות, באזונדער פאר די מנהלי התלמוד תורה, און אזוי ווייטער. דערביי איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע מהלכים וויאזוי צו אינפארסירן די נייע תקנות צווישן די תלמידים, באגלייט מיט א פראקטישע דרשה דורך הרב ברוך אליעזר אייזנבערגער שליט״א, יו״ר לטהר לעניני טעכנעלאגיע בק״ק סקווירא, וועלכער האט אויפגעברענגט דיונים אין די נושא העומד על הפרק, בנוגע געבן א הכשר אויף געוויסע כלים. און מ׳האט דן געווען איבער פארשידענע נושאים וועגן בחורים מיט טעכנעלאגיע.

Comentarios


bottom of page