top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ימי ההילולא קדישא פון הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט בצל בנו האד' מקאשוי

דינסטאג פ' ויקהל • כ"ה אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אויסטערלישע סוקסעס ביי די גרויסארטיגע קאמפיין 'תמכין דאורייתא' לטובת די מבצר הכוללים 'ברכות שמים קאשוי' וואס איז פארגעקומען אין די ימי ההילולא


געהויבן ביז גאר זענען די הרגשי קודש ביי תלמידי וחסידי קאשוי, נאכ'ן מיטלעבן דעם פארגאנגענעם וואך די לעכטיגע ימי ההילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע, בצל בנו כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א. כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין, די ימי ההילולא האבן זיך פאקטיש אנגעהויבן מיט דעם שבת קודש פר' תצוה בעפאר די יארצייט, ווען פילע תלמידי וחסידי קאשוי זענען זיך צוזאם געקומען מסתופף צו זיין בצלו פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אין וויליאמסבורג, אין די שבת לפני ההילולא פון אביו הגדול זי"ע.


צו תפילת קבלת שבת האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, פארדאווענענדיג במתיקות והשתפכות הנפש, מעורר צו זיין דעם "וזוכר חסדי אבות ומביא גואל לבני בניהם" אין זכות פון דעם גרויסן צדיק אמת דער בעל ההילולא קדישא. במשך די תפילות האבן זיך אנגעזען אין היכל הבית המדרש א ריזן ציבור געסט פון נאנט און ווייט, אריינגערעכנט גדולי וותיקי התלמידים פונעם בעל ההילולא. ליל שבת קודש ארום 10 אזייגער, איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל הבית המדרש הגדול צום עריכת שלחן הטהור -וואס איז געווארן געפראוועט ברוב עם מיט גרויס דערהויבנקייט והתרוממות הנפש- און אנגעהויבן שבת שלום ומבורך און שלום עליכם, עס האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון פילע תלמידי וחסידי קאשוי, אנ"ש ותלמידי הישיבות.


בשעת די סעודה האט מען געזונגען ניגוני קודש. נאך די פלייש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר יעדן באזונדער, און פארטיילט שיריים פון די פערפל כנהוג. די רבי האט משמיע געווען דב"ק זיך שטעלנדיג אויפן פסוק ויקחו אליך שמן זית זך, און אויסגעטיישט בדך דרוש ואגדה און ארומגערעדט איבער טראכטן שטענדיג פון אנדערע אידן, בהתחזקות והדרכה במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע, די רבי האט פארטיילט פירות פארן ציבור, און דערנאך האט מען ארום געטאנצן רנננו צדיקים כמנהגו של בית קאשוי.


אויפצומארגנס נאך תפלת שחרית האט די רבי עולה געווען מפטיר, און די רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף, לרגל די יומא דהילולא קדישא וואס געפאלט אויס אין די וואך, וינועו אמות הסיפים מקול הקורא. ביים סעודת רעוא דרעוין במקהלות האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו הטהורה און איבער די הכנה וואס יעדער דארף מאכן איידער די גרויסע הילולא הממשמש ובא, און פארגעדאווענט תפלת מעריב לפני התיבה.


מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען די גראנדיעזע מעמד 'תורה מחזרת' וואס האט געדינט אלס אריינפיר צום גרויסן קאמפיין 'תמכין דאורייתא' לטובת די בארימטע מבצר הכוללים 'ברכות שמים' המתנוסס לתפארה אין וויליאמסבורג, וועלכע האט זיך קונה שם געווען אין די לעצטערע יארן, אלס איינע פון די שענסטע תורה פעסטונגען אין שטאט. דער מעמד איז קאמבינירט געווארן מיט א סעודת הילולא, אין בעפארברייטונג פונעם יומא דהילולא קדישא, דאנערשטאג כי תשא, וואו תלמידים וחסידים זאלן האבן די מעגליכקייט זיך צו גרייטן מיט די ריכטיגע הכנה דרבה, צו שטיצן די הייליגע כוללים הנקראים על שמו פונעם בעל ההילולא זי"ע.


ביים מעמד האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון פילע תלמידי וחסידי קאשוי, ובראשם רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א וועלכע האבן באשיינט דעם פראכטפולן אויבן אן, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן כ"ק גאב"ד יעמרינג שליט"א חדב"נ, כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א, הגאון הצדיק רבי יקותיאל יודא פילאפף שליט"א אב"ד מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקיט"ל, כ"ק אדמו"ר מדזיקוב-מעליץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א, אב"ד סאווראן שליט"א, אב"ד באלטימאר שליט"א, אב"ד אפטא שליט"א, אב"ד טעטה שליט"א, אב"ד בית נפתלי ראצפערט שליט"א, אב"ד אליק שליט"א, אב"ד מחנה אשר ראצפערט שליט"א, דומ"ץ הרה"ג רבי יעקב מנחם שטייף שליט"א, הרה"ג ר' עמרם איליאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה קהלת יעקב פאפא, רמ"י ומרביצי תורה שליט"א, בני מרן רבינו שליט"א.

אלס יושב ראש האט געדינט דער באגאבטער נואם בחסד עליון הר"ר הערשל שטיין שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאווראן שליט"א און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכער האט מיט זיין פאסיגע לשון לימודים און טרעפליכע ווערטער איינגעלייטעט דעם ציבור הנאספין.


אין לויף פונעם מעמד האבן אויפגעטראטן מיט רייכע דרשות הרה"ג רבי הערשל ניסן שליט"א ממובחרי התלמידים פונעם בעל ההילולא זי"ע, וועלכער האט מיטגעטיילט פערזענליכע הדרכות און הנהגות וואס ער האט ערהאלטן פונעם רבי'ן זי"ע במשך די יארן, באגלייט מיט א שלל פון ערשטהאנטיגע זכרונות און אנעקדאטן בצל הקודש. דאן האט אויפגעטראטן מיט פאסיגע דיבורים, דער חשובער ראש הכולל הרה"ג רבי יואל פאשקעס שליט"א, וואס האט איבערגעגעבן אן באריכט אינו דומה שמיעה לראיה, איבער דעם כח התורה וואס בליעט און וואקסט בין כותלי הכוללים.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברי אלוקים חיים מפי כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכע האט ארומגערעדט גאר שטארקע דיבורים לזכרו הבהיר פון אביו הגדול. ארויסברענגדיג ווי דער צדיק אמת האט געאטעמט יעדע מינוט מיט די תורה הקדושה, דאס איז געווען משאת נפשו וחייו אז אידן זאלן לערנען תורה, און באזונדער פאר בעלי בתים וואס זענען פארנומען א גאנצן טאג על המחיה ועל הכלכלה, מען זאל זיך אנשטרענגען און קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען. נאכזאגנדיג זיין הייליגע מימרא "א טאג וואס א איד איז נישט קובע עתים לתורה, איז ער קיין איד נישט".


דאן האט דער רבי שליט"א מאריך געווען איבער די חיוב צו שטיצן די הייליגע כוללים, וואס ווערן גערופן מיט דעם נאמען "ברכות שמים קאשוי" לשמו ולזכרו פון אביו הגדול זי"ע, אונטערשרייכנדיג אז נאך בחיים חיותו האט הרה"ק מקאשוי זי"ע מייסד געווען א כולל פאר אברכים און א כולל ערב וואו ער זעלבסט האט געדינט אלס ראש הכולל. נאר איין גרויסע חסרון איז געווען אין די כוללים, דאס איז די לאך פון געלט... דאס האט ליידער געברענגט אז עס זאל נישט קענען אנהאלטן. אצינד איז אונזער חיוב און פליכט צו פארזיכערן אז די הייליגע כוללים וואס ווערן גערופן על שמו, זאלן קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת. א שעה של קורת רוח איז פאריבער אויף די פארזאמעלטע ווען עס האט אויפגעטראטן מיט אן העכסט אינפארמאטיווע דרשה, הגאון המפורסם ידען נפלא הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א, וועלכע האט צווישן אנדערע, אין אן ערשטמאליגע שריט פרעזענטירט אלע ערטער אין ספרי הרה"ק מקאשוי זי"ע וואו דער רבי רעדט איבער די חשיבות און קדושה פון תלמידי חכמים צורבי הכולל.


אין לויף פון די נאכפאלגענדע צוויי טעג, זונטאג און מאנטאג כי תשא, איז פארגעקומען די גרויסארטיגע קאמפיין "תמכין דאורייתא" לטובת דעם מבצר הכוללים ברכות שמים ד'קאשוי. דער קאמפיין איז אפגעצייכנט געווארן מיט גרויס הצלחה ווען עס איז געשאפן געווארן סכומים אדירים למען קיום הכולל. צווישן אנדערע איז בלויז דורך די לומדי הכולל זעלבסט אריינגעקומען די אסטראנאמישע סומע פון אריבער הונדערט טויזנט דאלער, אין צוגאב צו די שווערע הונדערטער טויזענטער דאלארן דורך די פילע ידידי ותומכי הכולל.

יומא דהילולא קדישא כ' אדר א' נאך אזא הכנה דרבה איז זיך גאר אנדערש צוגעגאנגען צום הילולא קדישא, וואס איז געפראוועט געווארן ברגש קודש דורך אלפי תלמידים וחסידים.


מיטוואך אויפדערנאכט ליל ההילולא קדישא, האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד אינאיינעם מיט די לומדי הכולל ערב זכרון אהרן משה, ווי דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה.


אויפצומאגנס דאנערשטאג, איז די רבי שליט"א אנגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל הישיבה גדולה, וואו די רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, נאך תפילת שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום ששה סדרי משנה מיט די בחורי חמד און רמ"י הישיבה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א. עס זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, אויפפאדערנדיג די תלמידים הקרויים בנים צו מאכן די ריכטיגע הכנה איידערן ארויפגיין צום ציון הקדוש בעצם יומא דהילולא, דאן איז די ציבור אריבער וואונטשן לחיים פארן רבי'ן.


שפעטער נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען אין היכל הישיבה קטנה, וואו דער רבי האט געדאוונט מנחה אינאיינעם מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים וסיום ששה סדרי משנה. ארום זעקס אזייגער פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין קרית קאשוי בעדפארד היללס, וואו דער רבי אין באגלייטונג פון הונדערטער תלמידים וחסידים, האבן געמאכט דעם עליה לציון הקדוש. אויפ'ן וועג ארויף האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געגעבן סכומים לצדקה פאר אלע מוסדות התורה, אין אלע קופות צדקה וואס זענען דארט געווען, און דאן האט די גאנצע ציבור אינאיינעם געזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.


אלס בעל תפילה האט געדינט הרה"ח ישראל אליעזר קלאר הי"ו משב"ק ויד ימינם של אדמור"י בית קאשוי זי"ע ויבלחט"א דער רבי שליט"א. דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און זיך משתטח געווען על ציון אביו הקדוש, איינרייסנדיג מיט בכיות והתעוררות רב למען הכלל והפרט.


פון דארט איז מען צוגעפארן צום צענטראלן סעודת הילולא, וואס איז פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם ברוב פאר והדר אין היכל בית המדרש הגדול ד'קרית קאשוי, בראשות אחיו הרבנים הגאונים שליט"א, ווי עס איז דערביי געהערט געווארן זכרונות וסיפורי קודש מימי קדם.




















Comments


bottom of page