top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

'מגבית חירום' דערקלערט ביי ספעציעלע כינוס פאררופן דורך האד' מערלוי אין ליכט פון די שווערע מצב הכספי אין מוסדות קאסע

מיטוואך פ' משפטים • כ"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


הונדערטער תלמידי וחסידי ערלוי האבן זיך פאריגע וואך צוזאמגעקומען אין גרויסן בית המדרש אין קטמון געגנט אין ירושלים לשמוע את דבר השם, ביי די דריגענדע אסיפה וואס כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א האט פאררופן פאר כל קהל עדת חסידיו ברחבי ארץ הקודש, אין ליכט פון די שווערע מצב וואס הערשט אין די מוסדות הקדושים דחסידי ערלוי.


דער רבי איז אריינגעקומען אין בית המדרש וואו עס זענען שוין געווען פארזאמלט א ריזן ציבור עד אפס מקום, דער רבי האט אנגעהויבן די דברות קודש בקול בכי, מיט א שבח והודאה פארן אויבערשטן אז ער טוט זיך ב"ה ערהוילן פון די שווערע סטראוק, און הארציג באדאנקט אלע חסידים פארן מתפלל זיין לרפואתו, איבערהויפט די בחורים און תינוקות של בית רבן מיט זייערע , תפילות אין קבלת טובות.


דאן האט דער רבי ארומגערעדט איבער די שרעקליכע סכנה פון די טעכנעלאגישע כלים, ווי ביטער דאס איז און ווי שלעכט דאס זייעט אן פארן מענטש, דאן האט דער רבי צוגעטרעטן צו די מצב הכספי אין די מוסדות קאסע, וואס ליגט ליידער אין שווערע חובות, דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בגודל מעלת הצדקה במשנתו פונעם זיידן דער הייליגער חתם סופר וממשיכי דרכו.


דערנאך האט דער רבי מכבד געווען זיין ברודער הגה"צ אב"ד ערלוי ביתר צו משמיע זיין דברי ברכה, דער רב פון ביתר האט ווארעם געוואונטשן די אלע וואס וועלן צולייגן א פלייצע, מיט א ספעציעלע ברכה פאר אחיו הגדול דער ראש בית אב וממשיך שלשלת הקודש למען יאריך ימים על ממלכתו.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום צבי סופר בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מערלוי, וועלכער האט אדרעסירט די שרעקליכע קריזיס וואס האט זיך געשאפן אין די מוסדות הקדושים, ווען עס הויערט שווערע חובות פון פיר מיליאן דאללער, צוליב עטליכע פראיעקטן אין די לעצטערע יארן צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה. דערביי האט ער אנגעמערקט אז דער רבי שליט"א האט בשום אופן נישט געוואלט מאכן א גרויסע דינער פאר אלע חסידים, וויבאלד די אינגעלייט מוטשענען זיך על המחיה ועל הכלכלה, און מ'קען נישט יעדן מחייב זיין א גרויסע סכום געלט, דערפאר האט מען באשלאסן צו מאכן א ספעציעלע מגבית חירום, און דערמיט פארגרינגערן און אראפנעמען די שווערע עול פונעם רבינ'ס פלייצעס.


דערנאך האט אויפגעטרעטן העסקן הנמרץ ר' ישראל פרושצדי מעיאר פון שטאט אלעד וועלכער האט בנועם זיו לשונו אויפגעפלאמט די הערצער צו נעמען א טייל אין די געוואלדיגע מהפכה אראפצונעמען די שווערע עול פונעם רבי'ן, נאכדערצו ווען די דאקטוירים זאגן אז די שווערע סטראוק איז געקומען צוליב די שווערע פינאנציעלע מצב וואס ליגט אויפן רבי'נס פלייצעס.


דערנאך האט אויפגעטרעטן ר' רפאל וואהל איבער די פרטים פון די מגבית חירום, וואס וועט פארקומען די קומענדיגע וואך פרשת משפטים מיטוואך און דאנערשטאג, ווען יעדער ערלויער חסיד וועט זיך אונטערנומען א גרויסע סכום געלט צו שאפן ביי זיינע נאנטע. צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע חסידים אריבער איבערגעבן ביים רבי'ן די שטרי התחייבות, און אויפן ארט האט שוין די צאל דערגרייכט צו דריי מיליאן דאללער מיטן אויבערשטנס הילף.


בעפאר די גרויסע אסיפה האט כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א באשיינט א פריוואטע מעמד א רייכע דינער פאר יחידי סגולה וועלכע שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און הרה"ג ר' שלום צבי סופר בנו יחידו פון רבי'ן האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע נדבנים בשם הנהלת המוסדות.












bottom of page