דינסטאג פ' ויקהל • כ"ה אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי פריינד אין אברמי ווייס
מיט פארביטערטע הערצער און פארווייטאגטע געמיטער, האבן הונדערטער אידן נעכטן באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק שריד לדור דעה, כ"ק הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זכר צדיק לברכה, גאב"ד קהל יראים סיגעיט, וועלכע איז איז נתבקש געווארן לשמי מרום זקן ושבע ימים אין הויכן עלטער פון פיר און ניינציג יאר.
די לוי' איז פארגעקומען בהיכל בית מדרשו קהל יראים אין סיגעיט, וואו מען האט געהערט דברי הספד קינה ונהי פון די גדולי האדמור''ים, בני משפחתו מגידים מפורסמים, אין נאך חשובע רבנים. פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן צום סאטמארער בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו די רב איז געקומען לקבורה נעבן קברי אבותיו.
ארום עלעף דרייסיג איז די מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ''ד וואס איז געוועהן פיל געפאקט, מיט הונדערטער אידן, תושבי המקום, מתפללי ביהמ''ד, אין די הונדערטער צאצאים קינדער אין איינקילעך בלי עין הרע, אלע אבילי ראש, ונמוכי רוח, באוויינענדיג דעם אבידה שאין לה תמורה.
נאכן אפרעכטן די הקפות כנהוג האט מספיד געוועהן כ''ק האדמו''ר מפאפא בארא פארק שליט"א א שוואגער, וועלכער האט ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן, דערנאך האט מספיד געוועהן הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"מ במתיבתא באבוב א שוואגער. אין דערנאך הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט''א א ברודער פונעם נפטר.
דאן האט מען געהערט גאר ווארעמע דברי הספד פון הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל וועלכער האט ארויסגעברענגט אז דער שווער איז געווען א ס"ת שלימה וואס דאס קען מען נישט איבערשרייבן.
דערנאך האט מען געהערט דברי הספד פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א - בשם אביו כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א וועלכע איז נישט געוועהן בכח מספיד צו זיין, ער האט ארויסגעברענגט אז יעצט איז געווען איבערגעהאקט די בריק פונעם אמאל, אין ווען דער טאטע - האדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א, האט אינדערפרי געהערט די ביטערע בשורה האט ער פון צער נישט געקענט זיך צוזאמענקלויבן.
דערנאך האט מספיד געוועהן בנו הגדול וממלא מקומו הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש שליט"א רב הצעיר דסיגעיט, וואו ער האט אויסגעשריגן אז 'מען האט יעצט פארלוירן דעם זיידן, דער ווייטצ'ןער רב, וואס די טאטע איז געווען דער דמות של דיוקנו של אביו', ער האט מסיים געווען אז מען האט פארלוירן איין אויג פון קאפ, מען דארף יעצט גאר שטארק היטן דעם צווייטן אויג, און געבעטן לבריאות השלימות פון די מאמע הרבנית תחי'.
דערנאך האט מען געהערט דברי נהי וקינה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די מדרש אויף שבת שקלים, אז משה רבינו עומד וזוקף את ראשם, דער חשובער מחותן, דער רב זצ"ל איז געווען דער ראש פון די גאנצע קהילה, און געשטאנען און אכטונג געגעבן פאר בני קהילתו און פאר די גאנצע משפחה, א ריכטיגע עומד וזוקף של ישראל.
דערנאך האט מען געהערט דברי הספד פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט נאכגעזאגט וואס דער מהר"ם שי"ק האט געזאגט אויפן ייטב לב, אז עס האט זיך געלוינט צו קומען צופארן קיין אונטערלאנד צו קענען אזא אדם השלם ווי דער ייטב לב, דאס זעלבע האט דער רבי שליט"א אויסגעפירט, אז דער חשובער מחותן, וועלכער האט געהייסן נאכן ייטב לב, איז געווען א בחינה פון א שלימות'דיגער איד, די נאמען איבערגעשפיגעלט מיט א שלימות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער איידעם הגה"צ רבי יחזקאל האראוויץ שליט"א אבד"ק קנין תורה שטראסבורג וועלכער האט ארויסגעברענגט די כח השמחה וואס דער שווער ז"ל האט געהאט, און האט דערמאנט ווען דער שווער ז"ל האט פארלוירן זיין אינגסטע טאכטער א מיידל חוה"מ סוכות, ווי ער האט אפגעראכטן די הקפות נאך די לוי' מיט א מורא'דיגע שמחה, א אמת'דיגע שמחת התורה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער איידעם הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן וועלכער האט דערציילט, וואו דער שווער איז ביי די צווייטע וועלט מלחמה ארומגעלאפן צווישן די לאגערן אינאיינעם מיט זיין טאטן דער ווייטצענער רב ז"ל, בלאזן שופר פאר די טויזענטער קינדער, אין געבעטן אז דער שווער זאל ווייטער גיין מיטן זיין טאטן און זעהן אז מען זאל שוין בלאזן דעם גרויסן שופר של משיח.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער איידעם הגה''צ רבי אברהם יודא לעוו שליט"א ראש ישיבת תפארת אליעזר, וועלכער האט ארויסגעברענגט דער כח התורה פון שווער. דערנאך די חשובע זוהן, הגה"צ רבי יוסף משה שליט"א אב"ד לאסק, הגה"צ רבי יעקב שלמה שליט"א לימנובער רב. דערנאך בנו הגה"צ רבי פנחס מרדכי דומ"ץ סיגעיט, אין דער בן זקונים הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א אב''ד ישמח משה אין קרית יואל, וועלכע האט זיך בתוך דבריו באדאנקט פארן שווער כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א בשם די משפחה פארן ארויסהעלפן אין צושטעלטן אלס וואס האט אויסגעפעלט אויפן בית החיים כפי בקשתו פונעם טאטן די רב זצ''ל.
צום שלוס האט מען געהערט דברי פרידה פון הרב ישעי' שווארץ ראש הקהל פאפא ומנכבדי הקהילה וועלכע האט געבעטן מחילה בשם די גאנצע קהילה. נאך די הספדים האט מען ארויסבאגלייט די ארון לרחובה של עיר אויפן וועג קיין ניו דזשערזי.
אויפן פעלד האבן מספיד געוועהן חתנו כבנו כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, וועלכע איז אין איילעניש אנגעקומען פון ארץ ישראל און באלד פונעם לופטפעלד געפלויגן מיט א העליקאפטער מיטהאלטן די קבורה אויפ’ן פעלד. עס האט אויך מספיד געוועהן דער איידעם הגה"צ רבי יחזקאל מייזליש שליט"א אבד"ק אוהעל וויליאמסבורג. נאך די קבורה האט הגה''צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א ווי ברייט באריכטעט מכתיר געווען בנו וממלא מקומו הגה''צ רבי דוד דוב שליט"א אלס רב דקהל עדת יראים סיגעיט אין די פארזאמלטע זענען דורך אין שוויי שורות מנחם זיין די אבלים.
צווישן די פילע אדמור''ים ורבנים וועלכע האבן זיך משתתף געוועהן ביי די לוי' אין ביהמ''ד האבן זיך אנגעזעהן, האדמור''ים מסאטמאר, באבוב 45, צאנז קלויזנבורג, בית חיים יהושע, סקולען מאנסי, פאפא בארא פארק, בית שמואל צבי ד'ספינקא, גאב''ד סאטמאר בארא פארק, אב''ד נירבאטור, אב''ד נעפלעמיץ, הרה''צ רבי חיים מאיר הגר בן האד' מוויז'ניץ אין נאך.
Comments