top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי בא אורח: דיעל ניו דזשערזי וועט האבן צוגאסט אויף שב"ק כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשמחה רבה האבן די איינוואוינער פון דיעל, ניו דזשערזי, אויפגענומען די ידיעה מרנינה איבער דעם ביקור מרומם וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, וועלכער וועט אפרעכטן א גאר געהויבענעם און לעכטיגן שבת בתוככי העיר, דעם שב"ק פרשת שופטים, און משפיע זיין מהודו וזיוו אויף די ארטיגע תושבים. דער ביקור הוד פונעם רבי'ן שליט"א אין שטאט ברענגט אויף א גרויסע התרגשות ביי אלע תושבי העיר, וועלכע גרייטן זיך זיך אנצוווארעמען לאורו הנשגב ביי די געהויבענע תפילות און שולחנות הטהורים וואס וועלן אפגעראכטן ווערן מיט גרויס התרוממות הנפש.

ערב שבת קודש וועט דער רבי שליט"א ארויספארן פון מעון קדשו אין מאנסי קיין דיעל. די אכסניא של תורה וועט זיין אין שטוב פון הרה"ח ר' יונתן יוסף דגמי הי"ו, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס צענטערפונקט פאר די פילע אידן וואס וועלן זיך קומען ווארעמען לאורו פונעם רבי'ן שליט"א.

די תפילות פרייטאג צו נאכטס, ווי אויך דער שולחן הטהור און די סעודה שלישית, וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן אינעם ביהמ"ד בבית האכסניא, בעת וואס ביום השב"ק וועט דער רבי דאווענען די תפילת שחרית אינעם ביהמ"ד "אהל דן". מוצאי שבת קודש וועט פארקומען די סעודת מלווה מלכה און א מסיבה לטובת די מוסדות הקדושים אין שטוב פון איינעם פון די נגידי המוסדות.

למחרתו ביום ראשון וועט דער רבי שליט"א דאווענען שחרית אין דעם לאקאלען בית המדרש, וואו עס וועט נאכן דאווענען פארקומען א מעמד "קבלת פנים" לכבוד דעם אורח הדגול. דורכאויס דעם טאג זונטאג, שטייענדיג ערב די ימי הרחמים והרצון, וועט דער רבי שליט"א אויפנעמען דעם ציבור פאר קבלת קהל בבית האכסניא, וואו די תושבי העיר וועלן האבן די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה מיט קוויטלעך און מקבל זיין ברכת הקודש ועצה ותושיה לקראת הימים הנוראים הבאים עלינו לטובה.




תגובות


bottom of page