top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שידוך שליסן פון החתן בן המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מיט הכלה נכדת האדמור"ים מלעלוב און דזיקוב וויזניץ

  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין א שמחה'דיגע שטימונג האבן חסידים ואנשי מעשה זיך מיטגעפריידט נעכטן ביי די דערהויבענע שמחה בבית צדיקים אין די הויפן פון לעלוב און דזיקוב וויזניץ, די שמחת קישור החיתון והתנאים וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב צווישן די צוויי צווייגן פונעם הייליגן לעלובער דינאסטיע.


עס איז נכנס לברית האירוסין החתן המופלג זון פונעם פה מפיק מרגליות המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, עב"ג הכלה תחי', אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, א טאכטער פון בנו הגדול הרה"צ רבי מיכאל בידערמאן שליט"א, ראש ישיבת משנת התורה לעלוב אין עיה"ק צפת, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א.


דער שידוך האט ארויסגערופן א חדוה רבה און ערוועקט נאסטאלגישע געפילן ביים גאנצן ציבור חסידים, נאך וואס חתן וכלה זענען אייניקלעך פון די אחים הקדושים רבי שמעון נתן נטע און רבי אלתר מלעלוב זי"ע.


די שמחת התנאים איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם אינעם לעלובער בית המדרש אין שיכון ה' אין בני ברק, דעם מקום קדוש וואס איז נאך געווען בית מדרשו פונעם גרויסן זיידן משני הצדדים הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, וואו ער האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש אין די לעצטע יארן עלי אדמות.


בעפאר די שמחה האבן די מחותנים האדמורי"ם והרבנים פארברענגט א לענגערע צייט בשיח סוד בחדרו הפרטי פונעם לעלובער רבי'ן אין ביהמ"ד און מען האט מעלה געווען זכרונות מימי קדם פון די לעכטיגע זמנים וואס מען האט מיטגעלעבט אין דעם מקום קדוש, דערנאך איז מען ערשינען צום שמחה לקול מצהלות החסידים, ווען דער ציבור ברעכט אויס אין ריקודין נלהבים לכבוד די שמחה בבית צדיקים.


אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן די משפחת המלוכה לבית לעלוב, בראש המסובים די געהויבענע זיידעס, כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, און פון די אנדערע זייט דער געהויבענער מחותן הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, און דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, וועלכער האט זיך אצינד משדך געווען צום דריטן מאל מיטן מחותן המשפיע רבי אלימלך שליט"א.


הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, האט זיך באזונדער אנגעזעהן בראש השמחה די חשובע פעטערס לבית לעלוב, הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א אב"ד לעלוב, הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א, זייער שוואגער הגה"צ רבי שלום סופר שליט"א ראש כולל לעלוב, און דער עלטער פעטער מצד הכלה הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א מלעלוב ירושלים.


מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה, און מסדר געווען די תנאים און קנינים, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער מצד הכלה הגאון רבי ישראל אהרנסון שליט"א, מען האט דאן געבראכן טעלער און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין של שמחה פאר א לענגערע צייט.


שפעטער האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א פארגעזינגען דעם וויזניצער ניגון "אודה ה' בכל לבב" חזן וקהל, און מען האט זיך ווידער אויפגעשטעלט אויף פרייליכע טענץ.


אויך האבן זיך אנגעזעהן ביי די שמחה די פעטערס האחים האדמורי"ם מזוטשקא זוטשקא אמסנא, זוטשקא ירושלים, הגה"צ אבד"ק האלמין ביתר שליט"א, הרה"צ רבי דוד משה ראזענבוים שליט"א  אבד"ק  קרעטשניף, הרה"צ רבי יוחנן שוחט שליט"א  אבד"ק  קארלין סטאלין ביתר, און אזוי אויך די מחותנים האדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, און הרה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה.


צום שלוס פונעם מעמד זענען די משתתפים אדורך אפגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר די חשובע זיידעס און מחותנים.



תגובות


bottom of page