זונטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: ארי קופרשטוק
מטעם חצר הקודש באיאן איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די ענדגילטיגע פלענער אויף דעם קומענדיגן יו"ט ל"ג בעומר, אין ליכט פון די שווערע באגרעניצונגען וואס די מדינת ישראל אינסטאנצן האבן ארויפגעשטעלט אויפ'ן אתרא קדישא מירון, וואס וועט ליידער זיין פארשלאסן און מ'וועט נישט האבן די זכי' צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם און מעריך זיין די הדלקות במעמד מאות אלפי ישראל, כמדי שנה בשנה.
אנבאלאנגט חצר הקודש באיאן, וועט דער טויש אין סדר זיך אנזען נאך ביים שבת פאר ל"ג בעומר, וואס ווערט יערליך געפראוועט אויף א געהויבענעם פארנעם אין מירון בראשות כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בהשתתפות אלפי החסידים, אבער דאס יאר לאור המצב ווען מירון ווערט פארשלאסן, איז געמאלדן געווארן אז דער שבתא דרגילא, שב"ק ערב ל"ג בעומר, שבת פר' בהר, וועט אפגעראכטן ווערן אינעם ביהמ"ד הגדול באיאן אין ירושלים.
דער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסארטיגן פארנעם, צו וואס די חסידים פון אלע שטעט זענען געלאדענט געווארן בקריאה של חיבה דורכ'ן רבי'ן שליט"א לעשות את השבת און זיך אינאיינעם משמח זיין לרגל די הילולא פונעם תנא אלקי, און בכח הרבים אויס'פועל'ן ישועות ורפואות און מבטל זיין אלע שווערע גזירות.
מוצש"ק ליל התקדש ל"ג בעומר וועט דער רבי פראווען מיט'ן ציבור אין ירושלים א מעמד הדלקת הנרות, ווען דער רבי וועט ברוב עם הדרת מלך מדליק זיין די אבוקות של אור לכבוד התנא אלקי, און מ'וועט זינגען די זמירות לכבוד היום.
שפעטער אויפדערנאכט וועט דער רבי ארויספארן קיין מירון, און וועט האבן רשות כניסה מטעם די אינסטאנצן, באגלייט מיט א גאר ענגע קבוצה פון משמשים און יחידי סגולה, אנצוהאלטן חזקת אבותיו מדליק צו זיין די צענטראלע מדורה אינעם חצר המערה, און וועט קענען מיטגעהאלטן ווערן לעבעדיג אין אנדערע שטעט.
צומארגנס זונטאג ביום ל"ג בעומר וועט דער רבי מעריך זיין די מעמד "חאלאקעס" פאר די צענדליגער ילדי חאלאקע פון חסידי באיאן, בהשתתפות אלפי החסידים.
אין די יעצטיגע טעג קומען שוין פאר העפטיגע צוגרייטונגען פאר'ן גרויסן שבת בעיר הקודש ירושלים, און די נאכפאלגנדע מעמדים בליל ויום ל"ג בעומר, וואס אנטשפרעכט צו זיין א זעלטענע איבערלעבעניש אין די היסטאריע פון חסידות באיאן.
Comentarios