זונטאג פ' וישלח • ז' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שימי פ., JDN
אין די ברסלובער שוהל אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים איז פאריגן ליל שישי אפגעהאלטן געווארן אן עצרת הספד ככלות השבעה להסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, המשפיע רבי שמעון ישראל שפירא זצ"ל, זון פונעם אור מופלא רום מעלה הגה"צ רבי שמואל שפירא זצ"ל מגדולי מנהיגי ברסלב בארה"ק.
הונדערטער חסידי ברסלב מבני יישוב הישן האבן זיך צוזאמגענימען און באוויינט די אבידה פון רבי שמעון, פאר די הונדערטער מעריצים ושומעי לקחו וועלכע האבן געקוואלן און זיך אנגעשעפט מיט אוצרות התחזקות און חיות דקדושה פון זיינע פלאם פייערדיגע דרשות און עבודת הקודש וואס האט מלהיב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים. עס האבן משמיע געוועהן דברי הספד די רבני ומשפיעי הקהילה, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א, הגה"צ רבי נתן ליבערמענטש שליט"א, הגה"צ רבי אפרים קעניג שליט"א און די נעילת המעמד דורכן פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע האט מעורר געוועהן די פארזאמלטע מחזק צו זיין דעם ענין פון זאגן 'אמן יהא שמיה רבא' בקול רם, לעילו נשמתו פון רבי שמעון זצ"ל, נאך די קורצע דיבורים האט הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים בהתעוררות רב.
Comments