דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
א וויכטיגע אסיפה איז די וואך מאנטאג אפגעהאלטן געווארן צווישן אלע ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכע האבן א לענגערע צייט דן געווען און מטכס עצה געווען איבער'ן שטאנדהאפטיג פארזיכערן דעם עתיד פון די גיגאנטישע חלקה פון די ראחמיסטריווקא קהילות אינעם בית החיים הר שלום אין עירמאנט.
די ראחמיסטריווקא חלקה אין הר שלום איז געקויפט געווארן פאר עטליכע יאר צוריק, נאך בחיים חיותו ועל פי רצון וברכת קדשו פונעם רעיא מהימנא קדישא הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, א שטח אדיר וואס פארמאגט 2 טויזנט מקומות קבורה, טוענדיג דערמיט אראפשטעלן אן ערשטמאליגע בסיס פאר אן אייגענע בית החיים מטעם הקהלה, וואס זאל סערווירן די טויזנטער בני הקהלה מיט א מקום קבורה לאחר מאה ועשרים שנה. בשעתו איז געלאזט געווארן אין גאנג א ברייטע קאמפיין צווישן ציבור צו קויפן אן אדמת קבורה אין די נייע ראחמיסטריווקא חלקה, און דערמיט העלפן צושטאנד ברענגען דעם מקח.
נאכ'ן הסתלקות פונעם רבי'ן ז"ל, איז די חלקה אריין אין באנוץ, ווערנדיג נתקדש בקדושה של מעלה מיט'ן ארייננעמען אין זיך דעם ציון המציונת ומנוחת קדשו פונעם רבי'ן ז"ל וואס איז אויסגעשטיגן אלס תל תלפיות וואו אידן פון אלע שיכטן און קרייזן קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ און פועל'ן ישועות און רפואות.
ביי די יעצטיגע אסיפה נחוצה דורך די ברידער האחים האדמורי"ם שליט"א, האט מען בכובד ראש באהאנדלט ווי אזוי צו קענען אוועקשטעלן די חלקה אויף א פעסטן יסוד, אז מ'זאל קענען ענדיגן מיט'ן באצאלן די אסטראנאמישע סומע פונעם קנין החלקה, דורכדעם וואס יעדער ראחמיסטריווקא חסיד זאל קויפן א חלקה, איש וביתו, אין אט דעם אדמת קודש וואו ס'איז מנוחת כבודו פונעם רבי'ן ז"ל.
די אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן ז"ל, וואו די ברידער די רבי'ס האבן אונטער פארמאכטע טירן נושא ונותן געווען איבער דעם ענין נחוץ צווישן זיך, עס איז אויך געוועהן אנוועזנד ביים אסיפה העסקן הנמרץ הרב משה יהושע קרעמער הי"ו ראש וראשון לכל קדשי בית מראחמיסטריווקא. דערנאך זענען די טירן געעפנט געווארן, און עס זענען אריינגעלאזט געווארן עסקנים, צוויי פארשטייער פון יעדע ראחמיסטריווקא קהלה באזונדער, איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי, וואו מ'האט ברוב יעוץ אויסגעשמועסט די פאקטישע פעולות, ווען צום שלוס האבן די רבי'ס שליט"א אונטערגעשריבן א פאראייניגטע קול קורא איבער'ן פליכט פאר יעדן ראחמיסטריווקא חסיד צו זיין א נושא בעול מיט די נייע אייגענע חלקה.
留言