top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שארפע דברות קודש פון האד' מסלאנים איבער פּרואוו פון ציוניסטישע רעגירונג אפצורופן ל"ג בעומר אין מירון

דאנערשטאג פ' קדושים • א' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א האט נעכטן ביי עריכת שוה"ט צום יארצייט פון הרה"ק בעל 'בית אברהם' מסלאנים זי"ע שארף ארויסגעטראטן אנטקעגן די באהאנדלונג פון די ציוניסטישע רעגירונג און אנדערע עסקנים וועלכער ווילן צוליב פאליטישע אינטערעסן צושטערן די הילולא ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.


די רבי שליט"א האט זיך זייער מתמרמר געווען מכאב לבו הטהור איבער דאס וואו עס זעהט יעצט אויס אז מען וועט נישט קענען צוקומען אל הקודש צו פראווען דעם הילולא קדישא לכבוד התנא האלוקי רשב"י בהיכלא דיליה אין אתרא קדישא מירון כמדי שנה בשנה.


דער רבי האט ערווענט אז מען זעהט קלאר די רמזים פון הימל, און אז מען דארף זיין בלינד צו נישט זעהן אז רבי שמעון איז נישט צופרידן פון דעם התנהלות ביים הילולא קדישא אין מירון, אזויווי מען זעהט אין די לעצטערע יארן אנגעהויבן פון תש"פ מיטן אויסברוך פון די קאראנע וויירוס, און דערנאך מיט די ביטערע טראגעדיע ה"י.


"אנשטאט מען זאל אנערקענען די רוף פון הימל, דעם שפרו מעשיכם, צו טוישן דעם התנהלות און פארעכטן וואס מען דארף, קוקט מען נאר אויף גשמיות, האט מען אוועק געשטעלט א "ועדת חקירה" עסקנים למיניהם וועלכער וועלן כלומריש "ברייט מאכן דעם פלאץ" וכדומה, אבער צו קוקן על מה עשה ה' ככה, וואס עס איז ריכטיג צו טון, וואס מען דארף זיך מתקן און גודר זיין, דאס איז ליידער קיינעם נישט אינטערעסאנט".


די רבי האט ממשיך געווען אז אזוי קוקט ליידער אויס די מציאות ווען אלעס ווערט געפירט דורך א מדינה של שקר, א בית משפט של שקר און א פאליציי פון שקר. אין יאר תרע"א ווען עס איז געשען די 'מפולת' אין מירון, און ערליכע אידן האבן אנגעפירט די הילולא אין מירון, דעמאלטס האבן רבני צפת מתקן געווען תקנות בעניני תערובות, קדושה און צניעות אין מירון, אזוי האט מען מתקן געווען נאך א טראגעדיע, אבער היינט געשעט דאס נישט ליידער, די צייטונגען און קווי נייעס זיי זענען גאר די וואס פירן די הנהגה און עס אינטערעסירט זיי ליידער נישט וואס מען דארף באמת פאררעכטן.


די רבי שליט"א האט מסיים געווען בברכת קדשו מיט האפענונג אויף נאך היי יאר ל"ג בעומר, אז מען זאל נאך קענען מבטל זיין אלע גזירות רעות און זיך מיטפרייען בחדוותא דיליה און פראווען די טאג מיט שמחה בשלימות.

bottom of page