זונטאג פ' דברים • כ"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
א זעלטענע מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט פאריגן דינסטאג נאכט, ווען אונטער איין דאך האבן זיך צוזאמגענומען די סאמע גרעסטע פילאנטראפן פון די היימישע חסידישע קרייזן אין לאנדאן, אין שפיץ פון די גדולי ומאורי הדור וועלכע זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, אוועקצושטעלן א פינאנציעלן בסיס פאר די לומדי התורה בארצינו הקדושה.
באלד נאך די היסטארישע מעמד 'קבלת פני רבותינו' זענען די גדולי ומאורי הדור צוגעפארן צו די חרדישע סטעמפארד היל געגענט ווי עס איז פארגעקומען די צענטראלע באנקעט לטובת די ניי געגרינדעטע 'קרן עולם התורה', אין שטוב פון הנגיד ר' מרדכי זיסקינד לאנדא שליט"א. צום מעמד זענען בלויז אריינגעלאזט געווארן די געלאדענטע נדיבים בעם וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט פאנטאסטישע סכומים לטובת די 'קרן עולם התורה' און האבן דערביי זוכה געווען להסב על שלחן מלכים און נהנה זיין מזיו אורם פון די סאמע גרעסטע גדולי דורינו. אן ערהאבן בילד איז געווען צו זעען דעם נדיבי עמים נאספו בהתאסף ראשי עם, ווען די גדולי ישראל זיצן אויפן אויבן אן בראש המסובים און צי זייער זייט זיצן די חשובע מחזקי התורה ביי רייך געדעקטע טישן. אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן א צאל חשובע רבנים פון שטאט, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן, כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א, הגאון רבי שמעי' לעוו ראש הכולל סאטמאר לאנדאן און נאך.
די עלעגאנטע אווענט האט זיך אנגעהויבן מיט תפלת מעריב, דערנאך האט הרה"ג ר' איטשע מאיר שטערנבוך שליט"א ר"מ בישיבת מיר איינגעלייטערט די מעמד און ארומגערעט איבער די גודל הזכי' און די אחריות וואס ליגט אויף די אלע נגידים תומכי תורה אין דעם קריטישן זמן. ער האט אויפגערופן דער בארימטע פילאנטראפ הטפסר המרומם ר' ראובן וואלף הי"ו פון פלעטבוש מראשי קרן עולם התורה. ר' ראובן האט מיט זיין רייכע שפראך ארויסגעברענגט פארן ציבור דער שווערע לאגע פון אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק, ווען די ארטיגע רעגירונג האט אפגעהאקט די פאנדן פאר די כולל יונגעללייט און בכלל די שווערע פינאנציעלע צושטאנד וועלכע פלאגט די בני תורה אין ארץ ישראל וועלכע פלאגן זיך צו ברענגען ברויט אין שטוב. דערביי האט ער איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט מיט ציפערן וויפיל געלט עס איז שוין געשאפן געווארן און וויפיל געלט עס מוז נאך געשאפן ווערן.
מיט א חרדת קודש האט מען זיך צוגעהערט צו די קורצע דברי ברכה פון אלע גדולי ומאורי הדור, צום ערשט פון מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א וואס האט מיט טרערן אויסגעשריגן פאר די אידן אין ענגלאנד "ראטעוועט"!, עס נאכגעפאלגט מיט הארציגע דיבורים פונעם משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, דברי חיזוק פון הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא, און בסיום המעמד דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
צום שלוס, האבן די גדולי ראשי הישיבות פארלאזט דעם מעמד און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז פארבליבן על מקום קדשו, ווי עס איז געגעבן געווארן די געלענהייט פאר אלע נגידים אריבערצוגיין ביים רבי'ן און מקבל זיין ברכת קדשו.
Comments