top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע מעמד 'התחלת ספר שמות' אין היסטארישע ספר תורה לזכותו פון האד' מוויען מיוחד פאר בחורי חסידי וויען

מוצאי שבת פ' מצורע • י"ב ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די סעריע פון מעמדי כתיבת ספר תורה בחצר הקודש וויען אין ראם פונעם היסטארישע 'כתבינו בספר' פראיעקט וואס איז אונטערגענומען דורך כלל תלמידי וחסידי וויען, צו שרייבן א ספר תורה לכבודו ולזכותו פונעם געטרייען מנהיג כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, איז די וואך דינסטאג פארגעקומען א הערליכע מעמד פאר די הונדערטער בחורי וויען כולם יקבצו ובאו, מיטהאלטן די מעמד התחלת כתיבת ספר שמות אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט’’א.


די מעמד איז געווען דעזעגנירט בלויז פאר בחורים און איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דחסידי וויען אין וויליאמסבורג, מיטן מטרה צוזאמצונעמען די בחורי חמד פון אלע שטעט אין די טעג פון בין הזמנים זיי אנצושליסן אין איינע פון די פילע חבורות דקהל עדת יראים וויען, דורכן נעמען א חלק אין די חבורות האבן בחורי חמד זוכה געווען צו באקומען פסוקים אינעם ספר תורה.


די הערליכע מעמד האט זיך אנגעהויבן תיכף נאך תפלת מנחה מיט א שעה פון לימוד התורה וואס האט געשפאלטן די הימלען מיט א קול תורה פון די בחורי חמד, דענאך האט אויפגעטרויטן די יושב ראש הרב יוסף אייזענבערגער שליט"א שליט"א מיט פאסיגע דיבורים פאר די בחורי חמד אין אזא געהויבענע מעמד, נאכן אויסהערן די קורצע ווערטער פון הר''ר יוסף לעפקאוויטש הי''ו איבער וואס עס פעלט זיך אויס פון יעדן בחור צו קענען זיין א טייל פונעם 'איגוד בחורי וויען' און קענען שרייבן א אות און די ספר תורה, האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבין שליט"א וואס האט ארומגערעדט בגודל השעה און איבער די חשיבות פון יעדן בחור.


די קלימאקס פונעם דערהויבענעם מעמד איז געווען ווען די רבי שליט''א האט גענומען דעם פעדער אין די האנט און מתחיל געווען דעם פסוק 'ואלה שמות בני ישראל' אנהויבענדיג ספר שמות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן לזכותו. נאכן מקיים זיין די ספעציעלע מצוה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ בתופים ובמחולות לכבודו של תורה. צום שלוס פונעם מעמד האט יעדע בחור געהאט די זכי' איבערצוגעבן זיין קבלה פאר'ן רבי'ן שליט''א ווי די רבי שליט''א האט באטראכט יעדן קבלה באזונדער און מיט א קענטיגן קורת רוח.




































Comments


bottom of page