top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממחנובקא בעלזא אנגעקומען קיין לאנדאן צו באשיינען חתונה פון א יתום בן אחד מחסידיו‎

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 6 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: דודי בראון


די וואך איז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין לאנדאן הבירה, וואו דער רבי האט באשיינט די שמחת החתונה פון די חתן א יתום, זון פון בנן של קדושים הרב שלמה שיינפעלד, איידעם פון הגה"ח ר' יעקב מאיר ליפשיץ ז"ל מחשובי חסידי מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון יסודי התורה, דער רבי האט זיך באטייליגט ביים קבלת פנים מלובש בבגדי שבת, און דערנאך מסדר קידושין געווען ביי די חופה, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דעם רבינס עלטסטער זון הרה"צ רבי ישכר דוב שליט"א, מיט די ברכות הנגיד החסיד רבי אליש ענגלענדער און די קרובי המשפחה, און ברכה אחריתא די זיידע פון חתן הגה"צ רבי יצחק שלום שיינפעלד האדמו"ר מקאסאן ירושלים.


שפעטער כחצות הלילה האט דער רבי זיך צוריקגעקערט צו די שמחת החתונה און מפאר געווען בראש המסובים א לענגערע צייט, נאכן בענטשן איז דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page