זונטאג פ' וישלח • ז' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידי ראחמיסטריווקא בארץ הקודש לעבן די טעג מיט ימי הוד ביים באזוך פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטירווקא שליט"א פון ספרינג וואלי וועלכע איז געקומען צופארן קיין ארץ ישראל לרגל די חתונה בבית אחיו הרה"צ רבי לוי טווערסקי שליט"א.
אויף דעם שבת האט די רבי געוויילט אין שטאט בית שמש לכבוד די שבת עליה לתורה, די תפילות זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אין די רמה ב' געגנט, און די טישן זענען אינעם גרויסן היכל פון ביהמ"ד תפארת ירושלים וועלכע איז אויסגעשטאט געווארן מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור המשתתפים וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל מקצה אל קצה.
נאכן טיש פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריבער צום טיש ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א וועלכע האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א פארצוזינגען אודה, בצפרא דשבתא האט דער רבי געפראוועט די סעודה מיט די בחורי החבורות פון ארץ ישראל, און מוצאי שבת נאך הבדלה האט די רבי משמיע געווען שיחת קודש פאר די בחורי חמד.
Comments