האספו: אומגלויבליכע מחזה ביי יערליכע "כינוס השלוחים" מיט השתתפות פון 6,000 שלוחי חב"ד מסוף העולם ועד סופו
- בחצרות הקודש

- 3 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דער אומגלויבליכער מספר פון נאנט צו "זעקס טויזנט" שלוחי חב"ד פון איבער 100 לענדער אינעם גאנץ ערד-קוגל זענען אנגעזעטיגט מיט אומגעהויערע חיזוק און אינספיראציע נאכ'ן מיטלעבן די יערליכע גייסטרייכע "כינוס השלוחים העולמי" ביים תל תלפיות, דער חב"ד הויפטקווארטיר אין קרוינהייטס, וואס האט זיך געצויגן פיר טעג ברציפות, פון דאנערשטאג תולדות ביז דעם מאנטאג ויצא.
ביים כינוס האבן זיך באטייליגט אלע שלוחי חב"ד פון איבער די גאנצע וועלט, וועלכע האבן די זכי' צו פארשפרייטן אידישקייט און מחזק זיין דעם מצב היהדות בארבע כנפות הארץ מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, ווען מ'האט היי-יאר דערגרייכט א פרישן קלימאקס, פון א דראסטיש-געשטיגענע צאל שלוחים, וואס ווערט יערליך פארגרעסערט און פארשטערקערט, מיט'ן ממנה זיין פרישע שלוחים איבער אלע פארשטופטע לענדער איבער די וועלט, ויעשו כולם אגודה אחת מפיץ צו זיין דעם אור ה' און מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, אויפ'ן הייליגן דרך פון די רביים לבית חב"ד נ"ע.
שטייענדיג אונטער'ן שאטן פון די שוידערליכע מארד אויפ'ן שליח הרב צבי הכהן קאגאן הי"ד, האט ארויסגעשיינט דאס השתתפות פון די שלוחי חב"ד פון די אראבישע עמיראטס, שותפים לדבר מצוה פונעם נפטר הקדוש ר' צבי, און עס איז פאר זיי אויסגעדרוקט געווארן אויסנאמליכע חיזוק און שעצונג.
דער היי-יעריגער "נושא הכינוס" איז געווען באזירט מחזק צו זיין די "צען מבצעי קודש" וואס הרה"ק מליבאוויטש זצ"ל האט מייסד געווען, וואס נעמט אריין די מבצע פון תפילין, תורה, מזוזה, צדקה, בית מלא ספרים, נרות שבת קודש, כשרות, טהרת משפחה, חינוך, און אהבת ישראל, וואס דאס אלעס זענען די הויפט אויפגאבעס אין וואס די שלוחים זענען עוסק אין זייער עבוה"ק במסירה נאמנה.
אינעם ערשטן טאג פונעם כינוס איז אפגעהאלטן געווארן א רייע שיעורים, פאנעלן און פרעזטאנציעס אלעס ארום דאס לעבן פון א שליח און די עבודת השליחות. פרייטאג צופרי איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד התעוררות ובקשת רחמים ביים ציון הק' פונעם ליבאוויטשער רבי'ן זצ"ל אין קווינס. איידער'ן עלי' לציון האבן די טויזנטער שלוחים זיך געזעצט צו א "שיעור חסידות" אינעם ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט נאנט צום ציון הק', אלס הכנה צום מעמד מרומם.
אינעם הויכפונקט פונעם מעמד תפלה איז פארגעליינט געווארן דער מכתב און "כוללת קוויטל" אויף וואס עס האבן אונטערגעשריבן אלע שלוחים. דער מכתב איז פארגעליינט געווארן ברגש רב דורך הגאון החסיד רבי מנחם מענדל גלאכאווסקי שליט"א, סגן מזכיר בי"ד חב"ד, און פון די רבני קהילת חב"ד אין רחובות.
זונטאג פארמיטאג האבן זיך די טויזנטער שלוחים פארזאמלט אויף די צענטראלע מרוגש'דיגע התכנסות, פארנט פונעם בית גדול וקדוש, בית מדרשו פונעם ליבאוויטשער רבי'ן זצ"ל אויף 770 איסטערן פארקוועי. מטעם די פאליצייאישע אינסטאנצן איז צוגעשטעלט געווארן פארשטערקטע וואך אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מצב העולם.
די שלוחים האבן זיך אויסגעשטעלט אין א האלבע רינג, לענגאויס די גאנצע גאס, פלאצירט אויף צענדליגערע רייעס איינס-אונטער'ן צווייטן, ווען אויף די פאדערשטע שורות זענען פלאצירט געווארן בכבוד די צענדליגער זקני רבני חב"ד און עלטערע שלוחים, און דערנאך אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס די טויזנטער שלוחים מכל רחבי העולם, און ס'איז דאן געמאכט געווארן די טראדיציאנאלע "בילד" פון אלע שלוחים אויפאמאל.
דערנאך איז מען אריבער צום גראנדיעזן מעמד הוקרה פאר די טויזנטער שלוחים, וואו מ'האט לענגערע שעות פארברענגט בשירה וזמרה און מיט דראמאטישע אויפטריטן דורך א רייע בארימטע פערזענליכקייטן אין די רייען פון חב"ד, און אלס אורח הכבוד האט אויפגעטרעטן דער ארץ ישראל'דיגער רב הראשי הרב קלמן באר וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן צו אדרעסירן דעם כינוס.






































תגובות