top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מחזק פארוואונדעטע בעל מסירות נפש צושלאגן דורך ציוניסטישע פאליציי אין מירון

מאנטאג פ' בחוקותי • י"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


א רירענדע מעמד איז היינט פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון פאר הדור הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים, ווען עס איז אריבערגעקומען דער בעל מסירת נפש הגה"ח ר' אברהם קרויזער שליט"א מיקירי קרתא דשופריא, וועלכע איז נעכטן קאלטבלוטיג צושלאגן געווארן דורך די ציוניסטישע פאליציי אין מירון, ווי הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט אים שטארק מחזק געווען.


ווי ברייט באקאנט, זענען זיך די פאליציי אין מירון באגאנגען מיט ברוטאליטעט קעגן די אידן וואס זענען אהינגעקומען, און ארויסגעטריבן יעדן וועם זיי האבן געטראפן אן קיין רחמנות, איבערלאזענדיג פילצאליגע אידן צעביילט און צעבלוטיגט מיט א רשעות שאין כדוגמתה. 


איין פאל האט באזונדער ארויסגערופן שאק, ווען אן אפיציר האט אומגעווארפן הגה"ח ר' אברהם קרויזער שליט"א פון די חשובע אנשי ירושלים של מעלה, וועלכע איז אנגעקומען קיין מירון מיט מסירת נפש און האט זיך דורכגעשמאגעלט די בראקאדעס און באוויזן זיך אריינצובאקומען קיין מירון, רבי אברהם איז אוועקגעפאלן אויף די ערד און כמעט פארלוירן דאס באוואוסזיין.


היינט צופרי איז ר' אברהם אנגעקומען צום שטוב פון הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די ברית פון זיינס אן אייניקל, נאכן ברית איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ארויס מגדרו און געהייסן אריינברענגען לחיים, דער רב האט זיך אינטערסירט ביי רבי אברהם איבער זיי מצב הבריאות און באטראכט זיינע וואונדן אויפן קאפ זייענדיג שטארק צוביילט און צובליטיגט, דערנאך האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א אנגעהויבן א ניגון שמחה לכבודו פונעם בעל מסירות נפש ר' אברהם און ארומגערעט איבער די מסירות נפש פון אידישע קינדער וואס דאס צוברעכט די סטרא אחרא.








1 comentario


משה חיים
משה חיים
29 may 2024

דא קען מען זעהן ווי די רשעים ארורים ווארפן אים


Me gusta
bottom of page